היכל הקודש בני ברק ציעט זיך אריבער צו א גרעסערע בית המדרש
יח טבת תשפ"ג 📝
קום נישט לאנג צוריק האט מען געעפענט דעם שיינעם "היכל הקודש בני ברק" ווינקל אין שטאט בני ברק, ווי אנשי שלומינו קומען זיך צוזאם און מען דאווענט צוזאמען, מען איז זיך מחזק צוזאמען מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן אזוי ווי דער ראש ישיבה לערנט אונז, אויך האט מען שוין געהאט די זכי' אז פאריאר איז דער ראש ישיבה געווען אין דעם בית המדרש און מחזק געווען דארט אנשי שלומינו.
ברוך השם אז דער ציבור איז אזוי שנעל געוואקסן אז דער בית המדרש איז שוין געווארן ענג און מען האט וויכטיג געדארפט האבן א גרעסערע פלאץ כדי עס זאל זיין פלאץ פאר אלע וואס קומען דארט דאווענען, נאך מער האט צוגעגעבן אז דער בעל הבית פונעם בנין האט געמאלדן פאר די גבאים אז בקרוב גייט מען אראפווארפן דעם געביידע, און מען האט תיכף געמוזט טרעפן א נייעם פלאץ.
נאך אסאך תפילות האט מען אריינגעלייגט אז מען זאל טרעפן א גרעסערע און שענערע פלאץ, און ברוך השם מען האט געטראפן גאר א געשמאקן פלאץ אין צענטער פון שטאט אויף "רחוב ירושלים", און פארגאנגענעם מאנטאג ויחי ערב די יארצייט פון הייליגן רבי נתן זצ"ל האט מען ב"ה באנייט דעם נייעם גרעסערן בית המדרש, אלע אנשי שלומינו האבן ארויסגעהאלפן מיטן זיך אריבערציען צום נייעם לאקאל, מען האט צאמגעפאקט אלע ספרים און חפצים פונעם פריערדיגן בית המדרש און מען האט אלעס אריבערגעברענגט צום נייעם בית המדרש.
ווי געזאגט האט מען אין די נאכט פון עשרה בטבת, אינעם טאג פונעם יארצייט פון הייליגן רבי נתן זצ"ל באנייט דעם בית המדרש, אלע אנשי שלומינו פון שטאט בני ברק זענען זיך צאמגעקומען, מען האט געפראוועט א שיינע סעודה צוזאמען, מען האט געהאט א סיום פון הבחור חיים אייזנשטיין נ"י, מען האט געזינגען שיינע ניגונים צוזאמען, און דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן גאר ווארימע דיבורים פונעם גבאי מו"ה אבא חייא רייזמאן הי"ו וואס האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע חסד וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אונז אז מיר זענען נאך אלס ביים רבי'ן, און מיר ווילן נאך אלס הערן די דיבורים פון רבי'ן, דאס איז די גרעסטע מתנה.
דער רבי האט געזאגט ווען ער איז אוועקגעפארן פון ברסלב קיין אומאן: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד" איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוּנָָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפַּעַם", אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען - וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן קפ"ז)