היכל הקודש בראכפעלד צייכענט אפ א יאר זינט איר עפענונג
טז אייר תשפ"ג 📝
עס קומען אן זייער שיינע גרוסן פון בראכפעלד אין ארץ הקודש, מען הערט ווי דער בית המדרש האט זייער שיין מצליח געווען און זיך גאר שטארק פארברייטערט אין די קורצע צייט זינט עס האט זיך געעפענט.
אין אנפאנג פלעגן זיך עטליכע חברים אנשי שלומינו זיך צוזאם קומען איין מאל א וואך פאר א פארברענג, ווי מען האט זיך מחזק געווען צו פאלגן די עצות פון הייליגן רבין, די עצות פון התבודדות, שמחה, תפלה, הפצה. וחפץ ה' אז דער נייער בית המדרש איז געוואקסן און עס זענען כסדר צוגעקומען נאך אידן וואס האבן אויך געזוכט ווי מען קען גענוסן פון הייליגן רבין, און עס איז נישט דורך קיין לאנגע צייט און מען האט מייסד געווען א מנין פאר אלע תפלות שבת קודש, ביז היינט ווען מען גייט שוין אן אויך אין די ימים טובים, פסח, שבועות, יום כיפור, סוכות און אפילו פורים איז געווען א שיינע מנין צום דאווענען און קריאת המגילה.
אזוי אויך אין די וואכן טעג לאזט אונז דער רבי נישט שלאפן, יעדע נאכט קומט פאר אין בית המדרש א שיעור אין א דף גמרא, ווי מען לערנט פאר גמרא מיט א געשמאק, און איין מאל א יעדע מיטוואך קומט מען זיך צוזאם צו א שיינע פארברענג ווי מען הערט א שיעור פון ראש ישיבה שליט"א, און דערנאך קומט פאר שיחת חברים ווי מען איז זיך מחזק אין תפלה, הפצה און אלע אנדערע שיינע עצות פון הייליגן רבין.
די הפצה וואס אנשי שלומינו טוען אין בראכפעלד איז גאר שטארק, און מיט סייעתא דשמיא איז עס זייער מצליח, טויזנטער גליונות און קונטרסים ווערן פארשפרייט אין די הייזער און אין די שולן, און עס ווערט זייער שיין אויפגענומען דורך די ערליכע אידן אין שטאט וואס זענען זיך מחי' דערמיט און זענען זייער דאנקבאר פאר אנשי שלומינו.
אזוי אויך איז דא אין שול א שיינע "הפצה ווינקל" ווי עס איז דא א גרויסע אויסוואל פון די פולע ספרים פון הייליגן רבין און זיינע הייליגע תלמידים, ווי די פילע איינוואוינער פון געגענט קומען כסדר ארויף ווען זיי זוכן א ספר וואס זאל מחזק זיין און דערנענטערן צום אייבערשטן.
מיטן אייבערשטנ'ס הילף ווארט נאך שיינע זאכן פאר די שטאט בראכפעלד, ווי די שיינע קהילה בליעט און וואקסט, און עס איז שוין היינט שטארק באקאנט אין די געגענט אז עס איז דא א ווינקל אין שטאט ווי מען קען אייביג באקומען א גוט ווארט, אדער קויפן א שיינע ספר אדער סידי וואס וועט אים געבן די וועג ארויס פון פלאנטער און העלפן שטייגן אין עבודת ה'