היכל הקודש לינדען פייערט דריי יאר זינט איר גרינדונג
כג חשון תשפ"ז 📝
פון: גרשון קרעמער
אין די יעצטיגע טעג צייכנט מען אפ מיט פרייד דריי יאר זינט עס איז געעפנט געווארן דאס שיינע און הערליכע בית המדרש "היכל הקודש ברסלב" אין די שטאט לינדען, אונטער די נשיאות פון מרן ראש הישיבה שליט"א.
דער דאזיגער ווינקל צייכנט זיך אויס אלס א הערליך ארט פאר תורה און תפילה, און ספעציעל אלס א מקור פון חיזוק פאר אנשי שלומינו און פאר די גאנצע שטאט, וואו מען קען שעפן פונעם קוואל וואס דער הייליגער רבי האט אונז איבערגעלאזט אין זיינע הייליגע ספרים – די לימודים וואס מוהרא"ש זי"ע האט מיט אונז געלערנט, און וואס דער ראש ישיבה האלט אין איין חזר'ן מיט אונז; די שיעורים און דער חיזוק וואס ווערן געלערנט דא ביי אונז אין חדר היכל הקודש.
די שטאט לינדען האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלען אין יאר תשע"ט, ווען עטליכע משפחות האבן זיך אהינגעצויגן תחת דגלו פון כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א. אבער בליץ-שנעל האט זיך דאס פלאץ צעשפרייט, און עס איז געווארן א ציל פאר אידן וואס זוכן צו קויפן ביליגערע דירות און נישט דארפן צאלן די געשוואלענע פרייזן פון שטאט.
עטליכע פון אנשי שלומינו זענען אויך געווען צווישן די וואס האבן זיך אהינגעצויגן, און נאך גאר אסאך תפילות האט מען ב"ה זוכה געווען צו עפענען אינעם יאר תשפ"ד דעם הערליכן בית המדרש "היכל הקודש". דער ראש ישיבה האט דעמאלטס אוועקגעשטעלט צוויי געטרייע גבאים, מו"ה יודל איינהארן הי"ו און מו"ה אליעזר זוסיא ווערטהיימער הי"ו, וועלכע זענען באאויפטראגט געווארן צו נעמען אחריות אויפן בית המדרש, צו פארזיכערן אז יעדער איינער שפירט זיך דארט באקוועם און אז דער בית המדרש איז צוגעשטעלט מיט אלע נויטיגע הצטרכות'ער.
שוין אין די ערשטע וואך איז דער ראש ישיבה טאקע אריבערגעקומען פראווען א שיינע חנוכת הבית; ער האט קובע געווען א מזוזה און געגעבן דעם ליל שישי שיעור פרשת וירא תשפ"ד. דער ראש ישיבה האט דאן אויסגעדריקט זיין קענטיגע הנאה און א געוואלדיגע קורת רוח פונעם שיינעם שטיבל, באמערקנדיג אז ס'איז טאקע קליין בכמות אבער גאר שיין באיכות. ער האט באזונדער ארויסגעהויבן די שיינקייט דערפון אז דאס איז א "בית המדרש פון מלמדים", ארויסברענגענדיג אז א גרויסער חלק פון די חשוב'ע מתפללים זענען מרביצי תורה און כלי קודש וואס לערנען מיט קינדער די הייליגע תורה אויפן וועג וואס דער ראש ישיבה לערנט אונז כסדר: אריינצולייגן אין זיי א ליבשאפט צו אידישקייט און א ליבשאפט צו תורה, כדי זיי זאלן וועלן בלייבן ערליכע אידן אפילו ווען זיי ווערן עלטער.
אין אנהייב איז עס געגאנגען זייער שווער צו קענען צוזאמענשטעלן א מנין. די געטרייע גבאים האבן זיך ממש מוסר נפש געווען דאס אויסצופירן, זיי פלעגן שטיין אינדרויסן ווארטן — אמאל אין די ביטערע קעלט און אמאל אין די ברענעדיגע היצן — און נישט איינמאל האבן זיי נעבעך געכאפט גוטע בזיונות. אבער גארנישט אויף דער וועלט האט זיי נישט געקענט אפשטעלן, און מיט אן אמת'ע מסירות נפש האבן זיי בסייעתא דשמיא אויפגעשטעלט דעם מנין על תלו.
ברוך השם, היינט צו טאגס האט זיך דער מנין שטארק אויסגעברייטערט, און עס זענען צוגעקומען פילע נייע מתפללים וואס קומען זיך מחיה זיין מיט'ן רבינ'ס הייליגע דיבורים און עצות, און שעפן פרישע כוחות פון די חיזוק פון מוהרא"ש זי"ע און פונעם ראש ישיבה שליט"א.
דער בית המדרש איז געווארן א ריכטיגע תל תלפיות און א מקור פון חיות פאר די גאנצע שטאט. יעדע וואך קומען אן אהין די באקאנטע "עצתו אמונה" די בלעטל, צוזאמען מיט נאך צענדליגער אנדערע גליונות וואס ווערן פון דארט פארשפרייט ווייטער אין אלע בתי מדרשים, כדי יעדער איינער אין לינדען זאל קענען געניסן פון די שיינע חיזוק — פונקט ווי דער רבי האט אונז געבעטן, אז מיר זאלן אנטרינקען ביימער.
מ'זעט א שטארקע חיבה יתירה פונעם ראש ישיבה שליט"א צום פלאץ, ווען ער מאכט זיכער יעדעס יאר פערזענליך צו קומען באזוכן דעם בית המדרש און אויפטרעטן מיט א שיעור. די שיעורים וואס ווערן דארט פארגעלערנט פארמאגן א גאר באזונדערן חן.
דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, אז ווען ער רעדט דא אינעם בית המדרש דערמאנט עס אים וויאזוי היכל הקודש האט זיך אנגעהויבן אין א קליינעם בית המדרש. ער האט אנגעוויזן אז דער ערשטער בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג וואס מ'האט געדינגען, איז געווען נאך קלענער פונעם בית המדרש היכל הקודש אין לינדען; אבער ברוך השם היינט איז עס שוין צעוואקסן צו גרויסע קהילות און מוסדות אין אלע אידישע שטעט, און בעזרת השם וועט פון דא אויך ארויסוואקסן אסאך שיינע זאכן.
אבער אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט אז מיר זאלן נישט האלטן די לימודים בלויז פאר זיך, נאר מ'זאל עס איבערגעבן פאר די גאנצע משפחה, פאר די עזרת נשים און פאר די קינדער, שטעלט דער בית המדרש צו יעדע וואך א שיעור פאר די פרויען. די פרויען קומען זיך צוזאם אינעם בית המדרש יעדן דינסטאג און הערן א שיינעם שיעור וואס ווערט געלערנט דורכן ראש ישיבה שליט"א.
עס איז א הערליכע מחזה צו זען יעדע וואך ביי שלש סעודות, ווי א שיינע גרופע קינדער זיצן צנאזאמען און הערן אויס שיינע מעשיות, בזמן וואס די עלטערן זיצן אינעווייניג אין בית המדרש, מ'זינגט זמירות און מ'הערט די דברי תורה. דאס ווערט אנגעפירט דורך הילד החשוב יוסף יהושע ווערטהיימער נ"י, וועלכער גרייט זיך אן במשך די גאנצע וואך שיינע זאכן וואס ער שטעלט צו יעדע וואך פאר די קינדער. דאס אלעס גייט אין איינקלאנג מיט דעם וואס דער ראש ישיבה לערנט אונז שטענדיג, אז א בית המדרש איז נישט קיין "בעיבי-סיטינג" פלאץ, און זיכער נישט קיין ארט וואו קינדער קענען זיך דרייען אן קיין אחריות; נאר די עלטערן ווייסן אז די קינדער זיצן מסודר אין בית המדרש און הערן שיינע מעשיות.
ס'איז א געוואלדיגע קורת רוח צו זען, ווען מ'האלט שוין יארן נאך די פטירה פון מוהרא"ש זי"ע, וויאזוי דער עלטערער דור געבט איבער זכרונות פון אמאל, ווען מוהרא"ש אליין פלעגט זיך נאך מוטשענען פאר א מנין אויף די 42'סטע גאס; ער האט דעמאלטס קוים געהאט א מנין צאמצושטעלן, און עס איז געווען בלויז א שטילע ווינקל.
אבער מ'זעט וויאזוי זאכן האבן זיך היינט צוטאגס צעבליט און נתרבה געווארן, אפילו אין אזעלכע נייע שטעט ווי לינדען, וואס האט זיך הערשט אנטוויגלט יארן נאכדעם וואס מוהרא"ש זי"ע איז נסתלק געווארן. היינט צוטאגס געפינט זיך שוין דארט א הערליכע בית המדרש "היכל הקודש" וואס איז גערופן אויף זיין נאמען, וואו מ'חזר'ט כסדר די לימודים וואס מוהרא"ש זי"ע האט אריינגעברענגט אין די וועלט מיט א געוואלדיגע מסירות נפש. פון דעם אלעם זעט מען קלאר דעם כח פון צדיקים.
אמאל קען עס אויסזען ווי א שטיק חוזק אדער ווי מ'טוט גארנישט אויף, אבער מיט די יארן זעט מען ווי אלע בריוו וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן, אינאיינעם מיט זיינע הייליגע דיבורים, גייען אריין אין די וועלט. עס וואקסט און שטייגט אויף א מאסיוון פארנעם, און צענדליגער יונגעלייט ווערן היינט נתקרב טאקע דורך די דאזיגע דיבורים.
ס'איז וויכטיג ארויסצוברענגען אז דאס איז טאקע געווען דער רצון פון מוהרא"ש זי"ע, וואס ער האט געשריבן אין זיין צוואה אז יעדער איינער זאל זיך משתדל זיין צו עפענען א בית המדרש "היכל הקודש" אין די שטאט וואו ער וואוינט. ברוך השם מ'זעט היינט ווי די תלמידים פאלגן טאקע אויס, און עס ווערט מקוים זיין הייליג ווארט: "ניצחתי ואנצח, גמרתי ואגמור".
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.