אין די יעצטיגע טעג האט דער ראש ישיבה שליט"א באשטימט דעם טאג פון די יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע און די סעודת הילולא אז דער קרן הדפסה זאל האבן די זכיה עס אפצורעכטן לטובת החזקת דעם הייליגן מוסד, און דערמיט געבן די געלעגנהייט פאר אנשי שלומינו צו קענען נעמען א חלק אין די הייליגע ארבעט.
 
מען דארף קיינעם נישט זאגן וואס קרן הדפסה טוט און וואס זי שטייט פאר, זיי זענען די וואס שטייען בראש פון די מערכה צו דרוקן און פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס לימודים און פון זיינע תלמידים אויף אלע מיני וועגן וואס איז שייך. ווען מען כאפט א שפאציר אינעם גיגאנטישן בנין פונעם קרן הדפסה טרעפט מען פילע אפיסעס מיט אינגעלייט וואס געבן זיך איבער בלב ונפש, מען שרייבט ארטיקלען, מען זינגט אויף אלבומס, מען איז מסדר דעם קול ברסלב האטליין, מען געבט זיך אפ מיט'ן "ברסלב סענטער" וועבסייט, אזוי אויך מיט'ן "שאפ ברסלב" וועבסייט, און אונטן קען מען שטיין פארגאפט אינעם ריזיגן היכל הדפסה ווי עס געפונען זיך די ריזיגע דרוק מאשינען וואס שפייען אויס יעדע מינוט הונדערטער בלעטער פון אויסגאבעס, קונטרסים, גליונות און ספרים וואס ווערן דערנאך צושיקט צו די פילע קאסטומערס, און בעיקר צו מפיצים וואס באשטעלן ריזיגע ארדערס צו קענען דערנאך דאס פארשפרייטן צו אידן איבער די וועלט.
 
מיר זענען זיכער אז מוהרא"ש זי"ע קוקט זיך אום און שעפט פילע הויפענס נחת ווען ער זעט אז זיין הארעוואניע און מסירת נפש אויף הדפסה והפצה איז נישט געגאנגען לאיבוד, ווייל פון ווען מוהרא"ש זי"ע האט געטראפן דעם הייליגן רבי'נס ספרים און ער האט געזען וואס פארא השפעה לטובה עס האט געהאט אויף אים, ווי ער פלעגט פארציילן ווי ער איז געווען א ווילד קינד און נישט געהאט קיין געדולד צו לערנען, און איז דערנאך איבערגעדרייט געווארן צו א בחור א מתמיד און האט אויסער דעם וואס ער האט געחזרט דעם הייליגן רבינס ספרים אן א צאל , האט ער געפאלגט דעם רבין יעדע שיחה, ער האט אנגעהויבן צו רעדן צום אייבערשטן, און זיך געמאכט שיעורים אין כל התורה כולה, און איז אויסגעשטיגן דער גרויסער צדיק וואס מיר האבן די זכיה זיך צו רופן זיינע תלמידים.
 
זעענדיג ווי וויכטיג די ספרים זענען פארן דור האט ער צוגעזאגט אז ער וועט נישט רוען ביז די ספרים וועלן זיין צו באקומען גרינג און פאר ביליג. מוהרא"ש האט זיך טאקע מוסר נפש געווען פאר דעם צוועק און האט זיך אנגעחוב'עט הונדערטער טויזנטער דאללער (אפילו היינט איז עס א גרויסע סכום, און כל שכן פאר איבער פופציג יאר צוריק) און זיך פארשעמט ביז ער האט געמאכט א רעוואלוציע מיטן רבינ'ס לימודים, אז היינט גייט עס אריין אין די וועלט אויף א וועג וואס קיינער וואלט זיך נישט גע'חלומ'ט.
 
דערפאר איז נישטא קיין מער פאסיגער דאטום פאר א מסיבה פאר קרן הדפסה ווי מוהרא"ש'ס יארצייט. פון קרן הדפסה געבט מען איבער אז מען פלאנט צו מאכן א הערליכע מסיבה מיט א רייכע פראגראם, עס וועלן פארטיילט ווערן שיינע מתנות פאר אלע נדבנים וואס האבן צושטייער געגעבן פאר'ן קרן הדפסה. דער דינער וועט היי יאר אפגעהאלטן ווערן בעזהשי"ת אינעם די פראכטפולע HCS רעזארט זאלן אין סאוט פאלסבורג - מער פרטים וועלן נאכפאלגן בעזהשי"ת.
 
די אלע וואס האבן זיך אונטערגענומען און געקויפט פארשידענע זכותים אינעם קרן הדפסה, קענען נאך אריינרופן צו ענדיגן צאלן זייערע זכותים אדער אויסארבעטן א פלאן וויאזוי עס צו אויסצאלן איידער דעם יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע וואס פאלט אויס אין בערך צוויי חדשים ארום. רופט דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449.