הילולת מוהרא"ש איבער די וועלט
כד שבט תשפ"ג 📝
אנשי שלומינו זענען נאך אונטער'ן רושם פון דעם גרויסן הייליגן טאג י"ז שבט, די יארצייט פון אונזער גרויסער רבי, מוהרא"ש זי"ע, וואס איז אויסגענוצט געווארן זיך צו שטארקן מיט די לימודים פון הייליגן רבי'ן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט.
דער ציון הקדוש פון מוהרא"ש זי"ע אין יבנאל איז באלאגערט געווארן במשך די טעג פון פילע טויזנטער אידן וואס זענען געקומען צו פארן זיך משטתח זיין ביומא דהילולא קדישא, פון איבער די גאנצע וועלט זענען אידן געקומען צו פארן, אבער ספעציעל פון ארץ ישראל איז מען געקומען פון איבער'ן גאנצן לאנד, זיך אויסצובעטן בדבר ישועה ורחמים.
ווי שוין באריכטעט איז אין וויליאמסבורג פארגעקומען דער צענטראלע סעודת הילולא, וואס איז מיטגעהאלטן געווארן דורך הוק אפ אין פילע שטעט אין ניו יארק, ניו דזשערסי און קאנאדע.
אויך אין אלע היכל הקודש צענטערן איבער די וועלט איז מען זיך צוזאם געקומען צו אפרעכטן דעם יארצייט, און הערן וואס מען קען ארויסנעמען פון דעם גרויסן טאג, פאלגענד איז א באריכט פון א טייל בית מדרשים פון היכל הקודש איבער די וועלט:
ירושלים - דינסטאג אווענט זענען זיך אנשי שלומינו צוזאמגעקומען אין בית המדרש היכל הקודש אין ירושלים עיה"ק, מען האט זיך אינאיינעם מחזק געווען צו גיין ווייטער אין די וועגן פון מוהרא"ש, מען האט געזינגען די שיינע גראמען וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געזינגען איבער די גרויסקייט פון מוהרא"ש, און נאך די סעודה האט זיך ארויסגעלאזט א שיירה אינאיינעם צום ציון הקדוש אין יבנאל.
די קינדער פון תלמוד תורה היכל הקודש און די מיידלעך פון בית פיגא אין ירושלים, זענען געפארן מיטוואך אינדערפרי צום ציון הקדוש אין יבנאל, און זיך אויסגעבעטן אלעס גוטס.
בני ברק - תלמידי היכל הקודש אין בני ברק זענען זיך צוזאמגעקומען צו א סעודת הילולא אין א זאל, מען האט געהערט ווארעמע ווערטער פונעם חשוב'ן גבאי מו"ה אבא חייא רייזמאן הי"ו וואס האט פארגעלערנט א שטיקל פון די הייליגע צוואה פון מוהרא"ש, און האט ארויסגעברענגט ווי די עצות פון הייליגן רבי'ן קען מען נוצן אין יעדע צייט און אין יעדע מצב, אויסרעכנדיג עטליכע עצות פון הייליגן רבי'ן ווי אזוי עס קומט צונוץ פאר יעדן איד צו יעדע צייט.
א זעלטענע סיום האט מען מיטגעהאלטן פון א קליין אינגל וואס האט זוכה געווען מסיים צו זיין מסכת ברכות, און דערנאך א סיום ששה סדרי משנה צום זיבעטן מאל דורך מו"ה נחמן יצחק רעכניצער הי"ו. דערנאך האט מען געהערט עטליכע ווערטער פונעם מנהל בית הדפוס, דער גרויסער מפיץ מו"ה נתנאל לעוו הי"ו, וואס האט דערציילט ווי אידישע קינדער לעכצן צו די דיבורים פון הייליגן רבי'ן, און עס ליגט אויף אונז א חוב צו טון הפצה, צו פארשפרייטן די עצות פון הייליגן רבי'ן פאר אידישע קינדער, רעדן דיבורי אמונה אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער, און אזוי אויך מיט יעדן מענטש וואס מען טרעפט נאר.
נאך די סעודה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ, צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די געוואלדיגע מתנה וואס ער האט אונז געגעבן, אז מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען אז מיר זאלן האבן א גוט לעבן מיט'ן אייבערשטן.
צפת/טבריה - פילע אנשי שלומינו פון איבער ארץ ישראל וואס זענען געפארן צום ציון הקדוש פון - מוהרא"ש, זענען זיך צום ערשט צוזאמגעקומען אין בית המדרש היכל הקודש אין טבריה, אינאיינעם מיט די חבורות פון צפת און טבריה, און זיך מחזק געווען ממשיך צו זיין צו גיין אין די וועגן פון מוהרא"ש זי"ע אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז, מען האט געזינגען און זיך געשטארקט אינאיינעם, און דערנאך ארויפגעגאנגען אינאיינעם צום ציון הקדוש אין יבנאל, וואס געפונט זיך גאנץ נאנט צום בית המדרש היכל הקודש טבריה.
בית שמש - אנשי שלומינו פון בית שמש זענען ארויסגעפארן אום דינסטאג צום ציון הקדוש אין יבנאל, און אום מיטוואך אוונט איז מען זיך צוזאמגעקומען אין שטוב פון משפחת גאטליב צו א סעודת הילולא.
מו"ה יואל גאלדענבערג הי"ו האט גערעדט שיינע דיבורים, די אמונה פשוטה וואס מוהרא"ש לייגט אריין אין אונז, און איבער'ן סדר דרך הלימוד וואס געבט א וועג פאר יעדן איד אין יעדן מצב צו לערנען די הייליגע תורה, מען האט זיך אויך געשטארקט אין הפצה און אזוי ווייטער אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אונז איבער פון מוהרא"ש זי"ע.
מודיעין עילית - אין בראכפעלד איז מען זיך צוזאמגעקומען צו א סעודת הילולא אום מיטוואך, מען האט זיך מחזק געווען מיט שיחות חברים, יעדער האט דערציילט א מופת וואס ער האט געזען ביי מוהרא"ש זי"ע, די אמת'ע סארט מופתים, ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז גענומען פון וואו מיר זענען געווען, און אונז מקרב געווען צום אייבערשטן, אונז געגעבן א וועג אין לעבן ברוחניות ובגשמיות, וואס דאס איז די גרעסטע מופת, און מען האט זיך מחזק געווען ווייטער עוסק צו זיין אין הפצה, צו מזכה זיין נאך אידן מיט די גרינגע און געוואלדיגע עצות וואס קען אויפהויבן יעדן איד און אים ברענגען צו די בעסטע און שענסטע זאכן אין לעבן. און נאך ברכת המזון האט מען אויפגעשפילט א שיעור פון ראש ישיבה שליט"א.
לאנדאן - תלמידי היכל הקודש זענען זיך צוזאם געקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש אין לאנדאן, דער גבאי מו"ה שמואל אליעזר פערל הי"ו האט מכבד געווען מו"ה ישראל העסקעל הי"ו צו רעדן אפאר ווערטער - ער האט פארציילט דער סיפור וויאזוי רבי נחמן טולטישנער איז נתקרב געווארן צום רבין, ווען ער איז געווען א יתום און האט גארנישט געוויסט, און איינמאל האט ער געהערט א דיבור פון רבי נתן "די וועלט איז נישט און מען קען עס נישט האבן, יענע וועלט איז יא און מען קען עס דערגרייכן", וואס האט אים זייער געכאפט, און אזוי איז ער געווארן א תלמוד פון הייליגן רבי נתן, ביז ער איז אויסגעוואקסן דער גרויסער "רבי נחמן טולטשינער"
אויך האט ער ארויסגעברענגט אז כאטש עס וואקסט שוין אונטער א פרישע דור וואס האט נישט געזען מוהרא"ש מיט די אויגן, קען מען אבער נאך אלץ זיין א תלמוד דורך לערנען אשר בנחל, און פאלגן וואס דער צדיק הייסט, ווי רבי נתן האט געזאגט פאר רבי נחמן טולטשינער "יאסל פאראנטשיק האט געזען דעם רבין, אבער דו ביסט א תלמוד".
דערנאך האט מען געזונגען שיינע אידישע ניגונים פון די עצות וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט.
מאטשעסטער - א שיינע ציבור איז זיך צוזאם געקומען לכבוד די הילולא אין שטוב פון איינע פון די חשובע תלמידים מוהרא"ש פון הר"ר שלמה פישער הי"ו.
מו"ה שלמה זלמן רייז הי"ו האט גערעדט פון די גרויסקייט פון מוהרא"ש וואס האט געשריבן חיזוק קונטרסים און האט בלויז געוואלט אז אידן זאל באקומען חיזוק אין אמונה, חיזוק אין לימוד התורה, ער האט אפילו נישט געשריבן זיין נאמען, דער עיקר אז אידן זאלן דורכדעם זיך דערנענטערן צום אייבערשטן.
אזוי אויך האט ער מחזק געווען איבער דער ענין פון הפצה, האט האט ארויסגעברענגט אז נאך פופציג יאר וואס מוהרא"ש האט געאקערט און געזייט פאר אונז איז שוין היינט ברוך השם אסאך גרינגער מפיץ צו זיין. אידן וואס האבן נאר איינמאל טועם געווען די זיסע קונטרסים, כאפן זיך צו דערצו, ווי א דורשריקער צו וואסער. ווי די מפיצים פארציילן.
זכותו יגן עלינו!