הילולת רבי נתן זצ"ל אין ביהמ"ד ברסלב היכל הקודש פרעמישלאן קרית יואל, בהשתתפות הגה"צ דער ראש ישיבה שליט"א
יב טבת תשע"ח 📝
א שיינע ציבור אנשי שלומינו פון קרית יואל והגלילות, און שכנים פון בית המדרש פון די עצי תמרים געגענט זענען זיך צוזאם געקומען מוצאי תענית עשרה בטבת צו פראווען די יארצייט פון רבי נתן זצ"ל, ווי מען האט געהאט די זכיה אז דער ראש ישיבה איז ספעציעל געקומען צו פארן און מחזק זיין דעם גרויסן ציבור וואס איז זיך צוזאם געקומען.
נאכמיטאג ווי נאר עס איז באשטעטיגט געווארן אז דער ראש ישיבה קומט איז שנעל אראנדזשירט געווארן א באשיידענע סעודה צום אויספאסטן, ווי דער עולם האט זיך צוגעזעצט גלייך נאך מעריב, ווי מען האט אויסגעווארט אויף ראש ישיבה וואס האט אביסל געשפעטיגט צוליב די טרעפיק.
דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט דאס וואס מוהרא"ש האט אמאל געזאגט "ויחי יעקב" יעקב האט געלעבט - וואס געלעבט? אלע צרות וואס א מענטש קען מיטמאכן האט יעקב מיטגעמאכט, קודם מיט עשיו, דינה און שכם, דער שידוך פון רחל און לאה, לבן פאפט אים ארום מיט די שאף, דערנאך ווי לבן האט אים געוואלט הרגענען, יעצט עשיו לויפט אים נאך, ביקש יעקב לישב בשלוה קפץ עליו רוגזו של יוסף, אזוי איז דורך די גאצע לעבן פון יעקב מיט צרות צרורות. אבער יא "ויחי יעקב", יעקב האט זיך געהאלטן פריש און זיך נישט נאכגעלאזט. דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט פון די עצה וואס דער רבי האט אונז געגעבן, אז ווען אויף א מענטש גייט עפעס איבער, זאל ער תיכף לויפן צום אייבערשטן, נאר ער קען העלפן.
דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז די אלע וואס רופן זיך ברסלב'ע חסידים און טרעטן אויף אנדערע, לויפן אוועק פון די היים צו "פליען אין הימל" ביי די מקומות הקדושים, רעדן מיט חוצפה קעגן יעדן ערליכן איד, זיי זענען גורם אז מענטשן זאלן קריגן – מיט רעכט – אויף ברסלב. עס זענען דא מענטשן וואס מיינען אז א ברסלב'ער איז, אדער א היפּי וואס טאנצט אין די גאסן, אדער א פרומער וואס מאכט אוועק יעדן "מנהיג של שקר". "וואס איז א ברסלב'ע חסיד?" – האט דער ראש ישיבה געפרעגט "א ברסלב חסיד שלונגט און ענפטערט נישט צוריק ווען די ווייב שריידט! א ברסלבע חסיד טשעפעט נישט א צווייטן, און אוודאי נישט זיין ווייב!!! א ברסלבע חסיד רעדט צום אייבערשטן ווען קיינער זעט נישט!!! ער מישט זיך נישט מיט קיין פאלטיקס!".
דער ראש ישיבה האט געענדיגט מיט מחזק זיין דעם ציבור מיט לערנען חומש רש"י מעביר סדרה זיין זאגן תהלים משניות, גמרא און אזוי ווייטער.
צו זען דעם שיעור