הימלען אין ניו יארק פארטונקלט צוליב די קאנאדישע פייערן
א אב תשפ"ו 📝
מען גייט ארויס אין גאַס, מען הייבט אויף די אויגן, און מען זעט אין ניו יארק און די ארומיגע געגנטער אן אראנזשן הימל. די לופט איז פאַרכמאַרעט, און פארוואלקנט. די שווערע לופט קומט פון די קאַנאַדישע וואַלד-פייערן וואָס ברענען מיט אַ שטאַרקייט און די ווינטן שלעפּן דעם געדיכטן רויך אַראָפּ קיין ניו יאָרק צו אונזערע געגנטער.
דער יעצטיגער מצב אין קאַנאַדע איז נישט פשוט. מיליאָנען עיקערס וועלדער אין קאנאדא ברענען אָן קאָנטראָל. דאס קומט נאכדעם וואס עס האט געהערשט ביז יעצט אן עקסטרעמע טרוקעניש און רעקאָרד-הויכע טעמפּעראַטורן, וואָס האָבן אויסגעטרוקנט די וועלדער שנעלער ווי געווענליך, פאַרוואַנדלענדיג מיליאָנען ביימער אין רייפע ברענשטאָף.
דער אויבערשטער האָט אראפגעשטעלט אַ שטארקע "היי פּרעשור" לופט-סיסטעם איבער פארשידענע געגנטער אין קאַנאַדע. די דאָזיגע סיסטעם דרייט זיך כסדר, און די ווינטן פונעם "דזשעט סטריעם" כאפן אריין דעם רויך אין זיך און שלעפּן עס אראפ צו אונזערע איסט-קאָוסט געגנטער, אנשטאט עס זאָל אַוועקגעבלאָזן ווערן צום אָקעאַן.
אסאך מענטשן קוקן אויף די טונקעלע הימלען און רעאגירן דערויף: "אה, ממש פּאַסיג פאַר די ניין טעג, ס'ברענגט אַזאַ ריכטיגע ערב-תשעה-באב'דיגע דעפּרעסטע פילינג..."
אבער דאָ דאַרף מען זיך אָפּשטעלן. פארוואס טראכסטו אז עס איז דא בכלל אַזא זאך אין אידישקייט אז מען דארף ערגעץ-וואו זיין דעפּרעסט? דאס איז א גרויסער טעות צו מיינען אַז אין די ניין טעג דאַרף מען שמעקן נישט גוט און ארומגיין מיט א "לאנגע נאז".
דער אמת איז, אז אפילו אונזער טרויער אויפ'ן חורבן בית המקדש אום תשעה באב טאָר נישט זיין קיין וויינען פון עצבות און מרה שחורה. עס דארף זיין א "קרעכץ מיט שמחה" – דהיינו אַ זיסע בענקעניש צום אייבערשטן. מען שמועסט זיך אויס מיט'ן אויבערשטן, און מען בעט זיך: "רבונו של עולם! ווען גיי איך שוין אָנהייבן טראַכטן פון דיר? מיין אייגענער מוח, מיין פּריוואַטער בית המקדש, איז אַזוי חרוב. איך ווייס עס און איך הער עס כסדר אַז מען דאַרף רעדן צום באַשעפער, און אז איך קען רעדן צו דיר, אָבער פונדעסטוועגן שטופּ איך עס אָפּ אויף מאָרגן, נאָכאַלץ האָב איך מורא פון מענטשן און נאָכאַלץ בין איך באַזאָרגט וואס וועט זיין מארגן. רבונו של עולם, ווען גיי איך דיך שוין שפּירן? ווען גייט שוין זיין אַ השראת השכינה ביי מיר אין האַרץ?"
דאָס איז די ריכטיגע עבודה פון א איד. מיר דאַרפן קוקן אויף דעם רויטן הימל און דער רויך און זיך דערמאנען פון עפעס אנדערש. מען דארף אנטלויפן פון עצבות און מרה שחורה פונקט ווי מען אַנטלויפט פון א פייער!
לאָמיר זיך אויפרישן מיט אַ בענקעניש צום טאַטן אין הימל, און פאַרוואַנדלען די ניין טעג אין אַ צייט פון שפירן דעם אויבערשטן.
רב לך שבת בעמק הבכה.
פאַר קאָמענטאַרן אָדער שאלות ביטע רופט אָדער טעקסט 845-445-7447 אָדער שיקט אַן אימעיל צו askgershon@gmail.com.