שאלה: א גוטן, קודם כל א גרויסע יישר כוח פאר אלע ארטיקלען. מיין שאלה איז וואו און ווען האט זיך אנגעפאנגען די הייליגע שפראך אידיש? ל.ל.
 
ענטפער: אידיש האט זיך אנגעהויבן פאר איבער טויזענט יאר צוריק אין מערב אייראפע בעיקר אין דייטשלאנד און אין פראנקרייך, ווען אידן האבן געוואלט זיין אפגעטיילט פון די גויים און האבן נישט געוואלט רעדן דעם דייטשן שפראך אזוי ווי דער גוי, און כדי צו מאכן א צווישנשייד האט מען געשריבן די שפראך מיט די הייליגע כ"ב אותיות די אל"ף בי"ת, אזוי אויך האט מען עס אויסגעמישט מיט לשון הקודש און אראמיש, און מען האט אנטוויקעלט אן אנדערע דיאלעקט.
 
אונזער הייטיגער אידיש איז שוין דורך זייער אסאך גלגולים, צוהערשט האט עס מיטגעוואנדערט מיט די אידן ארויס פון דייטשלאנד נאך די פילע גזירות ווי ת"ח ת"ט די קרייצצוגן ווען פילע אידן האבן זיך ארויסגעצויגן צו מזרח אייראפע, וואס דערפון איז אנטוויקעלט געווארן די מזרח אידיש דיאלעקט וואס איז גערעדט געווארן אין פוילן רוסלאנד געגענט וואס האט אנגעהויבן אריינעמען פילע סלאווישע ווערטער, אנדערש ווי אין די אנדערע לענדער ווי דער שפראך איז געבליבן מער ענליך צו אלט דייטש.
 
פילע צדיקים במשך די דורות האבן שטארק געפאדערט און מעודד געווען אז מען זאל רעדן אידיש, צוליב דעם וואס דאס איז א שטארקע מיטל זיך צו האלטן אפגעזונדערט פון די גויים און זיין אפגעשיידט פון די וועלט וואס ווייסט נישט פון באשעפער.
 
דאס איז א געוואלדיגע לימוד וואס מיר דארפן נעמען מיט זיך יעדן טאג נישט צו ווערן נתפעל פונעם גוי, און טראכטן אז מען קען אדער מען דארף געפעלן פאר זיי. עס איז היינט נאך נישט קיין אכציג יאר זינט דער "נאבעלער", "איידעלער", "בעסערע" גוי, די נאציס אין דייטשלאנד האבן מיט די גרעסטע מאס אכזריות און "פונקטליכקייט" פארגאזט און גערצחעט דאס אידישע פאלק. נעמט אין אכט אז דייטשלאנד איז געווען דער סימבאל פון די שיינע פראזן ווי "דעמאקראטיע" און "גלייכבארעכטיגקייט" אין די וועלט, און מיט דעם אלעם שטעלט זיך ארויס אז דער "אפ טו דעיט" גוי האט אונז פיינט, און עס וועט גארנישט העלפן, די שנאה פון די גויים צום איד איז נישט לאגיש, און עס וועט גארנישט העלפן אויב מיר וועלן זיך צוגלייכן צו אים (אפשר גאר פארקערט).
 
פארשטייט זיך אז מיר טארן נישט אביוזן דעם תירוץ און זאגן שלום עלי נפשי, מיר דארפן געדענקען אז מיר זענען אין גלות, און מיר דארפן זיך אונטערווארפן אונטערן רצון פון באשעפער וואס האט אויף אונז גוזר געווען די גזרת הגלות, און נישט זיך רייצן מיט א גוי. בפרט - פלעגט מוהרא"ש אלץ זאגן - אויפן הייוועי, זאל מען זיך קיינמאל רייצן ח"ו מיט א גוי, לאז אים פעסן, רוק דיך אין די זייט אפילו די ביסט הונדערט פראצענט גערעכט, ווייל דער גוי קען נאך חלילה אריינגיין אין אזא רציחה אז ער וועט זיין גרייט רח"ל צו באגיין זעלבסטמארד אבי צו שעדיגן דעם איד.
 
דער עיקר זאל מען מתפלל זיין מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן פון דעם גלות הכלל וגלות הפרט בבית משיח צדקינו.
 
ביי דער געלעגענהייט ווילן מיר בעטן אז אלע וואס האבן הנאה פון אונזערע ארטיקלען זאלן ביטע ארויסווייזן הכרת הטוב און מנדב זיין פאר אונזער לינק ביים "אנשי חיל" קאמפיין. א גרויסן ישר כח, ותזכו למצוות. אנשי חיל/גרשון קרעמער.
 
צו פרעגן א שאלה ביטע שיקט צו askgershon@gmail.com.