היסטארישן שבת סיום הש"ס איז שוין בלויז עטליכע טעג אוועק
ג טבת תשפ 📝
גרויס התרגשות הערשט צווישן אנשי שלומינו ווען מען גרייט זיך צום גרויסארטיגן שבת התוועדות - סיום הש"ס, וואס איז געענדיגט געווארן נאך זיבן יאר, דורך אלע אנשי שלומינו עלטערע אידן, אינגעלייט, בחורים, און קינדער.
דאס מאכט די סיום הש"ס אייגענארטיג, זייענדיג א סיום פון א גאנצע קהילה וואס לערנען יעדן איינציגן טאג א דף גמרא, און יעצט איז מען זוכה צו שניידן די פירות פון די הארעוואניע און ענדיגן דעם גאנצן ש"ס.
א שטארקער פאקטאר וואס שפילט אין דעם סיום הש"ס איז דער פאקט וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט אונז כסדר דערמאנען אזש עס גייט כמעט נישט דורך א טאג, וואס דער ראש ישיבה זאל נישט מאנען און בעטן אלע תלמידים אז מען זאל נישט גיין שלאפן איידער מען האט געלערנט א דף גמרא, און אז מען קען נישט גיין צו א שיעור, אדער מען איז פאריארגט, מען האט נישט קיין קאפ און מען קען נישט לערנען, האבן מיר דאך די ווערטער פון הייליגן רבי'ן (שיחות הר"ן סימן ע"ו) אז די עיקר ביים לערנען איז זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין.
דער ראש ישיבה מיט די תלמידים וועלן פייערן דעם גרויסן "שבת התוועדות - שבת סיום הש"ס" אינעם פראכטפולן "קראון פלאזא האטעל" אין סעמפארד קאנעטיקוט, וואס איז ארויסגעדינגען געווארן מיט אלע צימערן, ווי אלע תלמידים וועלן זיך צאמקומען אינאיינעם מיט זייערע משפחות, מענער פרויען און קינדער, ווי מען וועט פראווען א הערליכן שבת אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א.
דער שבת פארשפרעכט צו זיין א הערליכע און היסטארישע שבת, וואס לוינט זיך אלע געלטער און טירחא צו קומען דאס מיט האלטן. דער שיינער שבת וועט בעז"ה בלייבן איינגעקריצט אין זכרון פון אלע באטייליגטע וואס וועלן אי"ה מיטהאלטן די געהויבענע תפילות, סעודת שבת און באטע'ס אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, און די אינהאלטסרייכע שיעורים וואס דער ראש ישיבה וועט געבן במשך דעם שבת, וואס וועט פארזיכערן אז מיר כאפן זיך מיט מיט'ן באן נאכאמאל אנהייבן ש"ס אויפ'ן דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, בפרט וועט עס בעז"ה געבן א שטארקע חשק און שטופ פאר אונזערע קינדער, נאכצומאכן זייערע עלטערן, און אויך אנהייבן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, און אזוי ארום וועלן זיי אויך זוכה זיין צום גרויסן זכות און מסיים זיין ש"ס אין זיבן יאר ארום.
ממש געציילטע צימערן זענען נאך עוועליבעל, און ווער ס'האט זיך נאכנישט געמאלדן זאל רופן וואס שנעלער צו רעזעווירן א צימער, וכל הקודם זכה.
בארא פארק: ר' אלי' קנאלל 718-506-4341
וויליאמסבורג: ר' ליפא שווארץ 917-541-1197
מאנסי: ר' ברוך יאקאבאוויטש 917-789-3095
קרית יואל: ר' יואל שניטצלער 845-248-8044
מיר האבן מקבל פון הייליגן רבי'ן אז ער האט געזאגט: "ווען מען ענדיגט ש"ס איז מען ממשיך אויף זיך א צלם אלקים" (פון א בריוו פון ראש ישיבה - י"ג מר-חשון, שנת תשע"ט)