די היימישע גאס קאכט איבער די נייעס אז עס ווערט ערווארטעט א היסטארישע באגעגעניש מארגן דאנערשטאג אינעם ווייסן הויז, וואו פרעזידענט דאנאלד טראמפ וועט אויפנעמען א גרופע פון די חשוב'סטע אדמו"רים און גדולי תורה אינעם "אוועל אפיס".
 
די נייעס איבערן באזוך, וואס קומט פאר גאר נאנט צו די הייליגע טעג פון ראש השנה, איז געווארן די שמועס פונעם טאג ביים היימישן עולם אין אמעריקע. מען באמערקט אז דאס איז א גאר זעלטענע זאך אז דער פרעזידענט פון אמעריקע זאל פערזענליך איינלאדן די גרויסע ארטאדאקסישע רבנים צו זיך אינעם אוועל אפיס. די וויכטיגע באגעגעניש איז געפלאנט אפגעהאלטן צו ווערן מארגן דאנערשטאג, ג' אלול, ארום מיטאג צייט.
 
צווישן די רבנים וואס זענען געלאדנט געווארן צום פרעזידענט געפינען זיך: כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, די סאטמארער רבי'ס שליט"א — סיי פון קרית יואל און סיי פון וויליאמסבורג, כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ מאנסי שליט"א, און הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א, ראש ישיבת בית מדרש גבוה אין לעיקוואוד. לויט די באריכטן וועט דער סקווערער רבי שיקן א ספעציעלן פארשטייער צום באזוך אנשטאט אים פערזענליך, בעת די אנדערע רבנים פלאנען זיך אליין צו באטייליגן.
 
עס ווערט איבערגעגעבן אז אויפ'ן אגענדע וועלן ליגן עטליכע ברענענדיגע ענינים וואס זענען נוגע פארן גאנצן חרדישן ציבור, למשל: אז די סטעיט רעגירונגען זאלן נישט אריינרעדן אין די אידישע מוסדות און לאזן פירן דעם חינוך לויט די הייליגע מסורה, די שווערע גזירת הגיוס אין ארץ הקודש, און נאך אנדערע וויכטיגע ענינים העומדים על הפרק.
 
ס'איז אינגאנצן פארשטענדליג פארוואס דער עולם איז אזוי אינטערעסירט אין דעם באריכט. די חשוב'ע רבנים גייען האבן די געלעגנהייט זיך צו טרעפן און רעדן מיט'ן מעכטיגסטן מענטש אינעם שטערקסטן לאנד – א געלעגנהייט וואס מאכט זיך לכאורה נישט יעדן טאג.
 
מיר אלע טוען טאקע מתפלל בשלומה של מלכות, און אז די רבנים זאלן מצליח זיין מיט זייערע בקשות און פועל'ן אלעס וואס ס'פעלט אויס.
 
דער אמת איז אבער, אז דאס איז נישט אזא זעלטענע זאך. אזא געלעגנהייט מאכט זיך גאנץ אפט, ווען חשוב'ע פערזענליכקייטן קענען באקומען אן אוידיענץ ביי א גרויסן וועלט פירער; און דער חשוב'ער מענטש איז נישט קיין אנדערער ווי דו אליין, און די אפוינטמענט ביים וועלט פירער איז טאקע יעצט אין די מינוט. דער קעניג פון די גאנצע וועלט איז גרייט צו רעדן מיט דיר, ער וויל הערן וואס דו האסט אים צו זאגן, און ער וויל דיר העלפן.
 
סטאפ וואס דו האלטסט יעצט אינמיטן טון. הער אויף צו ליינען דעם ארטיקל און הייב אן צו רעדן: "באשעפער, איך דארף פרנסה", "באשעפער, איך דארף א רפואה", "באשעפער, איך וויל זיין גוט, העלף מיך".
 
און תפילה העלפט טאקע. דו וועסט ארויסקומען פון דעם אפוינטמענט א געהאלפענער.