נאָך דער גאנצער איבערקערעניש, איז ארויסגעשטעלט געוואָרן די אומגלויבליכע רעזולטאטן: טראמפ האָט געווינען גענוג עלעקטאָראַלע שטימען, וואָס געבן אים די מעגלעכקייט צוריקצוקומען קיין וואשינגטאן די.סי און נעמען דעם קאָפּ וויי פון דינען אלץ פרעזידענט פון אמעריקע. אבער נאָך מער שטוינענד איז געווען, אַז ער האָט אויך געווינען מער פאפולערע שטימען ווי דער דעמאָקראַט. אַלע וואונדערן זיך אויף די שטוינענדע רעזולטאטן און שפעקולירן מיט אלע סארטן סברות וואס איז אנדערש געגאנגען ווי געפלאנט.
 
וויפיל מאָל מען האָט שוין געזאגט הספדים אויף טראמפ, איז שווער צו ציילן. מען האט אים ניטאמאל געלאזט אטעמען צווישן איין אטאקע און די נעקסטע. נאך איידער זיין פאליטישע קאריערע איז געבוירן געווארן, האָט מען שוין געמאכט "סתימת הגולל" אויף אים. "א ביזנעסמאן אָן קיין פאליטישע ערפארונג וויל לויפן פאר פרעזידענט?" זענען געווען די קאמענטארן. "דער רעפובליקאנער קלאון," האָט מען אים גערופן דעמאלטס. אבער קעגן יעדע סברא האָט ער דעמאלט ארויסגעשטויסן אַלע ערפארענע רעפובליקאנער פאליטיקאנטן און באקומען די רעפובליקאנער נאמינאציע. "טראמפ קעגן קלינטאן איז א שאד אפילו צו פּראָבירן," האָט מען ווידער מספיד געווען, אָבער ער האָט דעמאלט געווינען זיין ערשטע טערמין אלץ 45'סטן פרעזידענט פון אמעריקע.
 
דאן האט זיך אנגעהויבן א סעריע פון פּרעצעדענטלאזע קלאגעס, קאנספיראציעס, אויספארשונגן קעגן אים. די עף.בי.איי. האט אים געפארשט צי ארבעט נישט מיט מיט די רוסן, דערנאך איז געקומען צוויי אימפיטשמענטס, ער האט פארלוירן (?) זיין ווידער ערוויילונג, און דערנאך האט זיך אנגעהויבן זיינע צרות פון "יאנואר 6" ווען מען האט אים באשוליגט אין מאכן א באוואפענטע אויפשטאנד קעגן די רעגירונג. און אפילו נאכן אראפ גיין פון בענקל האבן זיך זיינע צרות נישט אפגעשטעלט. ער איז געווארן ממש ווי א מצורע ביי די סאציאלע מידיע, ווען ער איז געווארן אראפ געווארפן פון אלע פלאטפארמעס, אלעס אין א פרואוו צו פארמאכן זיין מויל איין מאל פאר אלעמאל. ער איז נאך דורכגעגאנגען צוויי אטענטאטן אים אומצוברענגען, אפילו דעם פרעצעדענטלאזע אקט פון טוישן דעם אפאנענט אינמיטן א פארמעסט האט מען געטון, א זאך וואס האט אויסגעזען וועט אים באזיגן, אבער דער האט נישט אויפגעגעבן, "איך לויף און איך גיי געווינען".
 
מיינסט אז איך רעד פון טראמפ? ניין, בכלל נישט איך רעד פון דיר. אינדרויסן זעט אלעס אויס פיין, דו גייסט מיט א שיינעם אנצוג, דו קויפסט זיך א גרויסע קאווע בשעת דיין שאל איז געווארפן אויף צוריק, יעדער מיינט אז עס גייט דיר גוט, אבער דו ווייסט ביי דיר וויפיל חצים ובלסטראות זענען שוין דורך אויף דיר, נאך איידער דו האסט געהאט א שאנס ארויסצוזאגן דאס ווארט "מאמי" אלץ פיצלס קינד, ביסטו שוין געווען אפגעסטעמפלט אלץ א דורכפאל, יעדע רבי האט בלויז געשאקעלט מיט'ן קאפ אין דיין ריכטונג, ווי צו זאגן אז דער קינד דארף פשוט דורכשטיפן די פאר יאר, וויפיל מאל ביסטו געווען צושאנד און צושפאט און דו האסט געשפירט אז דו וועסט קיינמאל מצליח זיין? ווער רעדט נאך אין די בחורישע יארן, וויפיל טרערן האסטו פארגאסן אויף דיינע פילע דורכפעלער, דו האסט נאר געוואלט חתונה האבן. אזוי קענסטו דורכגיין דיין לעבן ביז היינט און זיך מספיד זיין וואס פארא רחמנות דו ביסט, און ווי שטארק דו ביסט דערנאך. אבער ניין, דער אויבערשטער האט דיר געגעבן כחות, דו קענסט שיינען און לייכטן, דו ביסט א מוצלח וואס אזוינס איז נאך נישט געווען, בעט דעם אויבערשטן זאלסט אנהייבן גלייבן אין דיר, וועסטו זען ווי אז נישט קיין חילוק וואס דו ביסט אלץ דורך, גייט מיר נישט אן וואס אלע האבן געזאגט אויף דיר, היינט הייבט זיך אן דיין הצלחה בסייעתא דשמיא. דו וועסט צוריק באקומען דיין טראן, דו וועסט בעזרת השם קענען פירן דיין לעבן אויפן הערליכן ערליכן וועג. נאר געב נישט אויף.