קרעדיט: מו"ה משה ווייזער הי"ו
אין די מינוטן ווערן געמאכט די לעצט מינוטיגע צוגרייטונגען צום גרויסן הכתרה. ווער דער גאנצער ציבור אנשי שלומינו וועט אפגעבן דעם ריכטיגן כבוד התורה ביים מעמד הכתרה וואו דער ראש ישיבה שליט"א וועט ממנה זיין דעם ראש הכולל הרה"ג ר' יונה זיגער שליט"א אלץ דיין ומורה צדק קהלה קדושה קרית ברסלב ליבערטי.
די פירמע "פיוזשען איווענטס" האט אראפגעלייגט א הערליכע ארבעט מיט צוגרייטן בס"ד א הערליכע פראגראם, עס וועט מהנה מיט נגינה די בארימטע "הלווים" כאאר, צוזאמען מיטן הערליכען מוזקאנט ר' ישראל גאלדשטיין הי"ו, וואס וועלן אראפלייגן גאר שיינע שטיקלעך, און שיינע נגינה צום גרויסן מעמד און אויך אלץ הכנה צו די הייליגע טעג הממשמשים ובאים.
אזוי אויך איז א גאר רייכע און געשמאקע סעודה געווארן צוגעגרייט געווארן פאר אלע משתתפים, און דער זאל איז געווארן גאר שיין אהערגעשטעלט מיט גענוג זיץ פלעצער פארן גאנצן ציבור, מען זאל קענען גוט מיטהאלטן און הנאה האבן פונעם שיינעם מעמד.
דער ראש ישיבה שליט"א, דער נייער דיין שליט"א און נאך פילע רבנים שליט"א ביי וועם דער דיין האט גענומען שימוש וועלן אויפטרעטן מיט שיינע דרשות.
אין א גוטע בשורה פאר די חשובע פרויען ווערט איבערגעגעבן אז עטליכע איבערגעגעבענע פרויען האבן זיך וואלוטירט צוצושטעלן בעיבי סיטינג, אזוי אז אויך מאמעס מיט בעיביס זאלן קענען קומען און מיטהאלטן דעם שיינעם מעמד אומגעשטערט.
דער אדרעס פונעם זאל איז, 39 טשעסטנאט סט. ליבערטי ניו יארק 12754 (לינק צו גוגל מעפס). דער פראגראם הייבט זיך אן בסעייתא דשמיא אום 5:30 נאכמטאג.
על ידי דיינים כשרים, התורה חביבה בעולם (ספר המידות)
📚 ראש השנה ביים צדיקים
📖 תיקוני זוהר מנקד (מנהג לומר בחודש אלול - שיחת הר"ן רצ"ד)
📚 לוח ברסלב תשפ"ב לשון הקודש

📚 ניי: לוח ברסלב תשפ"ב אין אידיש