היסטארישער דורכברוך: ספר "קדושת ישראל" פון מוהרא"ש ווערט פריש איבערגעדרוקט
כא חשון תשפ"ב 📝
קרעדיט: יהושע העשיל דובדבני
געלויבט דעם אייבערשטן, אז נאך אסאך יארן וואס מען האט אלץ איבערגעדרוקט קאפיעס פונעם ערשטן דרוק פונעם ספר "קדושת ישראל", האט מען יעצט פולקאם איבערגעמאכט דעם ספר פון אנהייב. מען האט פריש געטייפּט די הייליגע ווערטער, הערליך אויסגעשטעלט מיט שיינע קלארע אותיות, פריש מנקד געווען, דורכגעגאנגען א גוטע הגה, אזוי אויך האט מען גוט איבערגעקוקט אלע מראי מקומות, זיכער צו מאכן אז עס איז גוט צוגעצייכענט, וואס דאס אליינס איז געווען אן ארבעט פון עטליכע חדשים. דאס האט מען געמאכט מיטן ציל עס זאל ארויסקומען ווי יעדע חסידיש ספר, וואס זאל אנקומען איבעראל.
דער ספר "קדושת ישראל" רעדט זייער שטארק איבערן ענין פון "קדושת הברית", אלע וואס האבן געלערענט דעם הייליגן ספר זענען עדות, אז דער ספר איז ממש "ביטול הבחירה". כאטש אלע ספרים פון מוהרא"ש זענען זייער שטארק, איז אבער דער ספר ממש אן אויסנאם. עס ווערט פארציילט אז מוהרא"ש האט געזאגט פאר דער וואס האט געדרוקט דעם ספר צום ערשטן מאל, "וועסט האבן דערויף גאר אסאך מניעות... ביסט גרייט דערויף?"...
פאר טויזנט שקל (בערך $315) קען מען ווערן שותף מיטן דרוקן דעם הייליגן ספר (מען וועט קענען אריינלייגן א נאמען און לע"נ ביים סוף ספר)
פאר צען טויזנט שקל (בערך $3150) קען מען אפקויפן דעם נאמען פונעם מהדורה.
צו מנדב זיין קען מען דרוקן אויף דעם לינק מרכז הפצה היכל הקודש
פאר קעש נדבות קען מען רופן 011-52-7644-664