עס איז שוין היינט ברייט באקאנט דער סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן ע"ו), אז מען זאל זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען זאגט, און אפילו מען געדענקט גארנישט וואס מען האט געלערנט, און אז א מענטש וועט זאגן אסאך די ווערטער פון די הייליגע תורה, וועט ער צום סוף פארשטיין און קענען די הייליגע תורה.
מיט צוויי יאר צוריק, ווען פילע אידן האבן זוכה געווען מסיים צו זיין ש"ס, איז אפגעהאלטן געווארן אן אינטערעסאנטע שמועס מיט'ן גרויסן גאון רבי חיים קנייבסקי זצ"ל, וואס איז יעצט נסתלק געווארן לחיי עולם הבא, אין וואס ער שמועסט אויס דעם ענין, פאלגנד איז דער שמועס:
 
פון וועלכן עלטער זאל מען אנהויבן מעורר צו זיין די קינדער זיי זאלן דורכלערנען גאנץ ש"ס?
 רבי חיים: דער הייליגער חזון איש זצ"ל האט געהאלטן אז א אינגל זאל ענדיגן גאנץ ש"ס ביז צו זיין בר מצוה.
 
איז דען דאס נישט "תפסת מרובה לא תפסת", עס איז נישט געכאפט צופיל אויף איין מאל? צו ענדיגן גאנץ ש"ס נאך פאר די בר מצוה?!
 רבי חיים: נישט צו קענען גאנץ ש"ס, נאר דורצולערנען גאנץ ש"ס, איך האב אויך געלערענט מיט מיין זון גאנץ ש"ס ביז זיין בר מצוה.
 
און אויב דאס קינד זאגט סתם די ווערטער אן פארשטיין? אדער אן ערוואקסענער וואס פארט אינטערוועגנס און וויל אויסנוצן די צייט, איז דא אן ענין בלויז צו זאגן דפים גמרא אפילו מ'פארשטייט בכלל נישט?
 רבי חיים: זיכער! די גמרא זאגט (שבת סג.): "ליגמר אינש והדר ליסבר אף על גב דלא ידא מאי קאמר". א מענטש זאל לערנען אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער זאגט.
 
אויב א קינד מאכט א סיום מסכתא, קען מען דאס רעכענען אלס א סיום פאר ערוואקסענע זיי זאלן מעגן עסן פלייש אין די ניין טעג, אדער צו פטר'ן תענית בכורים אום ערב פסח?
 רבי חיים: יא.
 
איר האט אמאל געגעבן א ברכה פאר א איד ער זאל ענדיגן 613 (תרי"ג) מאל גאנץ ש"ס, ווי אזוי איז דאס בכלל מעגליך?
 רבי חיים: מען קען דורכלויפן אין קאפ גאנץ ש"ס אין א קורצע צייט במחשבה.
 
האט דער הייליגער חזון איש זצ"ל זיך געפירט צו מאכן א סיום אין טאג פון א יארצייט?
 רבי חיים: ווען דער הייליגער חזון איש זצ"ל האט געהאט יארצייט נאך זיינע עלטערן, האט ער גענומען א גמרא מסכת חולין און איז דורכגעגאנען די גאנצע מסכתא אין קאפ פאר א שעה צוויי, און געמאכט א סיום מסכתא.
 
אויב זיצט מען ביי א שיעור גמרא, קען דאס ווערן גערעכענט פאר א סיום, אפילו מען האט נישט ארויסגעזאגט די ווערטער?
 רבי חיים: לויט'ן גר"א קען מען מאכן א סיום נאר מיט'ן טראכטן די מסכתא, און זיכער ווען מען הערט עס ביים שיעור, "שומע כעונה".
 
ענדיגן א מסכתא אן רש"י, קען ווערן גערעכנט פאר א סיום?
 רבי חיים: יא, אביי האט דאך געמאכט א סיום [עבידנא יומא טבא לרבנן] אן פירוש רש"י (וואס איז נאכנישט געווען דעמאלטס, ווי פארשטענדליך).
 
אויב האט מען פארפעלט אביסל פון די מסכתא, קען מען מאכן א סיום?
 רבי חיים: עס איז נישט אזוי ווי קריאת התורה וואס יעדע אות איז מעכב, נאר אויב עס פעלט א גאנצע סוגיה.
 
איינער האט געענדיגט א מסכתא און נישט געמאכט קיין סיום, דערנאך האט ער נאכאמאל איבערגעלערנט די מסכתא, קען ער יעצט מאכן צוויי מאל א סיום?
 רבי חיים: יא.
 
די נוסח פון הדרן וואס מען זאגט ביים ענדיגן א מסכתא, מעג מען זאגן אום שבת קודש?
 רבי חיים: יא.
 
וואס קען א איד טון ווען ער זעט אז ער איז נישט מצליח צו לערנען און געדענקען גאנץ ש"ס, כאטש ער וויל אזוי שטארק און האט שוין פרובירט פאר לאנגע יארן, און עס ארבעט זיך נישט אויס?
 רבי חיים: ער זאל בעטן דעם אייבערשטן, תפילה העלפט אויף אלעס.
 
ביי וועלכן פלאץ אינעם דאווענען זאל ער בעטן אויף דעם?
 רבי חיים: סיי וואו ביים דאווענען. עס איז אבער נישט גענוג די תפלות פון שמונה עשרה, מען דארף אויך בעטן דעם אייבערשטן מיט אייגענע ווערטער, זיך אויסרעדן צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס צו נאנטער גוטער פריינד. קוק נאך ביאור הלכה סימן תקע"א.
 
וואס זאלן מיר מתפלל זיין פאר אייך ביי די מקומות הקדושים?
 רבי חיים: מען זאל מיך לאזן לערנען...
 
לולא תורתך שעשועי אז אבדתי בעניי