אין די לעצטע טעג האט זיך אראפ געלאזט איבער רוב אמעריקע א שטארקע היץ כוואליע פון ווארימע לופט וואס קומט פון די הייסע דרום שטאטן ארויף צו אונז. עס ווערט ערווארטעט אז די היץ וועט בלייבן פאר עטליכע טעג. די וועטער-מומחים שאצן אז אין די קומענדיגע טעג וועט די טעמפעראטור דערגרייכן די נייציגער בייטאג, און אפילו ביינאכט וועט עס נישט גיין אונטער זיבעציג גראַד.
 
אויסער די פשוטע היץ וואס דער טערמאמעטער קען אויפכאפן, ווערט ערווארטעט אז די יומידיטי וועט זיך צוביסלעך הייבן, מאכן די היץ שפירן נאך שטארקער. ביים הויכפונקט וועט די היץ אינדעקס שפירן ווי הונדערט און פינעף פארענהייט (בערך 41 צעלסיוס).
 
ערליכע אידן זענען מתפלל יעדן טאג מען זאל זיך קענען היטן די אויגן און נישט פארברענט ווערן פון די טומאה פון די גאס. די אומות העולם וואס האבן נישט קיין טראפ מאראל, ווי נאר עס ווערט זומער, טוען זיך אן ווי די חיות אין וואלד. נעבעך, אידישע קינדער דראפען זיך אויף די גראדע ווענט פון די גרויסע נסיונות אויף די גאס.
 
דער הייליגער רבי האט געגעבן אן עצה אז איידער מען גייט ארויס אין גאס און מען האט מורא מען זאל נישט נכשל ווערן, זאל מען צוגיין צו די הייליגע מזוזה און זאגן דעם פסוק (ישעי' ל"ג, ז) "הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן". פארשטייט זיך, מען זאל צולייגן און בעטן דעם אויבערשטן אויף די אייגענע שפראך עטליכע ווערטער אז די אויגן און די מחשבות זאלן בלייבן ריין און הייליג.
 
דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו אז זיך היטן די אויגן איז א סגולה פאר פרנסה. "נעם זיך פאר צו היטן די אויגן" שרייבט דער ראש ישיבה, "לייג ארויף א פילטער אויף דיינע כלים. מוהרא"ש זאגט, ווער עס היט זיך די אויגן וועט האבן פרנסה, אזוי ווי עס שטייט (תהלים קמה, טו): 'עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ יְשַׂבֵּרוּ, וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ'. 'יְשַׂבֵּרוּ' קען מען ליינען מיט א שין: 'עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ יְשַׁבֵּרוּ', אז מען צעברעכט די אויגן – דאס הייסט מען קוקט נישט קיין עבירות, 'וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ' – וועט דער אייבערשטער געבן פרנסה אין צייט."
 
לאמיר זיך שטארקן און מתפלל זיין, וועט דער אויבערשטער אונז אפהיטן פון אלע מכשולות.