אין די רעגירונג קארידארן גרייט מען זיך יעצט אויף אן ערנסטע העלט קעיר שלאכט, צוליב וואס די אבאמאקעיר סובסידיעס לויפן אויס סוף יאר 2025 למספרם.
 
עס איז זייער אומקלאר אין וועלכער ריכטונג די געזעצגעבער וועלן גיין. די דעמאקראטן זענען פאראייניגט צו פארלענגערן די אבאמאקעיר אויף דריי יאר אן צו טוישן גארנישט, אבער די רעפובליקאנער זענען צוטיילט צווישן זיך מיט פארשידנארטיגע אנדערע פלענער דורך א רייע געזעצגעבער.
 
עטליכע רעפובליקאנער סענאטארן שטיצן א צוויי-יאריגע פארלענגערונג, אבער צו דעם ווילן זיי אויך רעפארמען, ווי רעדוצירן וויפיל מען מעג פארדינען צו קענען באקומען די סובסידיעס, און שטעלן א מינימאלע פרימיום וואס געניסער וועלן דארפן צאלן, וואס זיי זאגן וועט פארמיידן שווינדלערייען.
 
אנדערע רעפובליקאנער סענאטארן האבן פארגעשלאגן אנדערע פלענער. זיי ווילן בכלל נישט פארלענגערן די סובסידיעס, נאר ענדערש ווילן זיי מען זאל געבן צווישן טויזנט ביז 1,500 דאלאר פער מענטש וואס זיי וועלן קענען אינוועסטירן אין "העלט סעיווינגס אקאונטס" וואס וועט זיי העלפן דעקן די קאסטן וואס עס בלייבט איבער צו צאלן פון טאש פאר העלט קעיר.
 
אן אנדערער סענאטאר וויל מען זאל מאכן א פשרה. ער וויל פארלענגערן די סובסידיעס אויף בלויז איין יאר, אבער דערנאך זאל די פאנדינג פארקירעוועט ווערן צו די אויבנדערמאנטע נייע העלט סעיווינגס אקאונטס.
 
אין דעם רעפרעזענטאטיוון הויז איז אויך נישט שטיל - פילע מעסיגע רעפובליקאנער ארבעטן אויף אן אומפארטייאישע ביל, אבער ספיקער דזשאנסאן סיגנאליזירט אז מען האפט צו האבן א פלאן נאך מעגליך אויף די וואך. לויט ווי קוועלער זאגן, איז איינע פון די אפציעס אויסצוברייטערן די באנוץ פון אסאסיאציע העלט פלענס, וועלכע ערלויבן פאר ארבעטסגעבער זיך צו פאראייניגן און איינקויפן אינאיינעם העלט דעקונג פאר זייערע ארבעטער.
 
וואס וועט מען טאקע טון מיט העלט אינשורענס? מען מוז דאך האבן א גוטע העלט קעיר סיסטעם. דער זאגט טראמפ קעיר, דער זאגט אבאמא קעיר, אבער אפשר קען מען טרעפן ביים רבי'ן עפעס בעסערס, לאמיר אינוועסטירן אין 'אמונה קעיר'. מיר קענען איינקויפן ביים רבי'נס העלט אינשורענס עקסטשעינדזש. דער רבי זאגט אין ספר המדות אות בנים, "הבנים טובים" – גוטע קינדער – "רפואה גדולה לאבות", היילט אויס די עלטערן. ווילסט דאך העלפן דיין טאטע-מאמע, ווילסט זיי זאלן זיין געזונט און שטארק און האבן אריכת ימים. קענסט זיי קויפן גוטע העלט קעיר - זע צו זיין "הבנים טובים"...
 
און וועלכע העלט אינשורענס וועט מען צושטעלן פאר די קינדער? דער רבי האט פאר דעם אויך א גוטן אינשורענס פלאן, א ספעציעלע אינשורענס פאר קינדער. דער רבי זאגט "חמין ושמן" – ווארעמעס און אויל – "מברין את הגוף", מאכן די קינדער געזונט. מען קען זאגן אז חמין ושמן מיינט נישט פשוט אויל און דאכענעס, עס מיינט געב זיי חמין - ווארימקייט, געב זיי אויל - ליבשאפט. מאך א פאזיטיווע אטמאספערע אינדערהיים, געב לופט צו אטעמען. דאס איז א גוטער העלט קעיר פלאן פאר די גאנצע משפחה.