עס קאכט און רוישט אין די אמעריקאנער גאסן, ווי מען פארט נאר ארום (אין די אלגעמיינע שטעט) זעט מען גאסן שילדן "טראמפ" און ביי אנדערע "העריס", עס טוט זיך אויף קעסל און כלים, די מידיע דרייט אן דעם אמעריקאנעם פאלק איבער די וואלן וואס איז ווי אייביג "אזאנס וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען…"
 
עס איז מעגליך אז ווען איר וועט ליינען די שורות וועט מען שוין וויסן די אויסגאנג פון די וואלן, אבער בעת מיר שרייבן די שורות יאווען זיך די פילע אנאליזירער, פאראויסשאצער, אנקעטע נעמער מיט די פילע ציפערן וויפיל פראצענט די דעמאקראטן און די רעפאבליקאנער דארפן צו באקומען, וועלכע סטעיטס זענען זיכערע בלויע אדער רויטע, וויפיל זענען גענויגט, און וויפיל זענען ממש אייניג אז מען קען נישט וויסן צו וועמען עס וועט גיין.
 
איך האף אז איר לאכט מיר שוין יעצט אויס, מיט וואס פארא נארישקייטן איז דער שרייבער פארנומען... וועם גייט אן די וואלן? מען קען גארנישט טון מיט דעם נייעס... מען קען נישט באקומען א בעסערע שלום בית דערפון, מען קען דערמיט נישט באצאלן די רענט, און עס מאכט נישט דעם איד פאר א בעסערע איד.
 
אבער אויב זאגט מען דאס יעצט אין די הויכפונקט פון די וואל סעזאן אין די לעצטע טעג איידער די וואלן, וועט מען מיר אנקוקן ווי געפאלן פון די לבנה, איין צד שרייט אז טראמפ איז היטלער, "די נאציס האבן אויך געמאכט א ראלי אין מעדיסאן סקווער גארדען!", און דער אנדערע זאגט אז העריס איז א וויסטער אנטיסעמיט און א קאמוניסט, "אויב זי געווינט מוף איך ארויס פון אמעריקע, איך מוף מיר קיין מאנסי!".
 
פאר די וואס זענען נייגעריג, פילע זאכן טוען אנדייטן אז טראמפ וועט עס מאכן דאס מאל, צוליב עטליכע סיבות: ערשטנס די פאולס ווייזן אז ער שטייט עטוואס פאראויס אין די קריטישע סווינג שטאטן. צווייטענס, לויט פילע אנאליסטן האט מען זיך געקענט רישן אז טראמפ וועט געווינען גענוג "עלעקטראלא שטימען" צו ווערן ערוויילט, אפילו אויב ער באקומט ביז 3-4 פראצנט ווייניגער "פאפולערע שטימען פון זיין קעגנער. לויט די יעצטיגע מצב שטייען זיי ביידע בערך אייניג אין דעם פעלד אויך. און דער דריטער אנדייטער איז אז מען זעט די טראמפ לאגער זענען אויפגעהייטערט ערווארטן א זיג, בעת די העריס לאגער זעט אויס אין פאניק און פארלוירן.
 
עס מוז נישט זיין אז טראמפ וועט זיין דער 47'סטער פרעזידענט פון אמעריקע, אבער אזויפיל איז זיכער אז אפטימיזם איז א שטארקע שליסל צו מצליח זיין, א מענטש וואס איז פרייליך און אויפגעלייגט - זאגט דער הייליגער רבי - וועט האבן הצלחה אין וואס ער טוט נאר. עס איז אזוי אינטערעסאנט צו לערנען די הייליגע בריוו פון מוהרא"ש אין שו"ת ברסלב, אלע סארטן מענטשן מיט אלע מיני שאלות און פראבלעמען, און כמעט אייביג שרייבט מוהרא"ש בערך די זעלבע ווערטער "דיין פראבלעם איז אז דו ביסט נישט פרייליך, טו אלע פעולות שבעולם זאלסט זיין פרלייך וועסטו זען ווי אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה".
 
און בנוגע די וואלן, לאמיר זיכער מאכן אז מיר האבן עפעס אין די הענט. "מה שביד בטוח", פלעגט מוהרא"ש זאגן. לאמיר זיכער מאכן אז מיר ווערן נישט פארבלענדעט פון די מידיע און זייערע נארישקייטן, טראמפ וועט נישט אויפשטעלן קיין גאז קאמערן, און העריס וועט אונז נישט פארשיקן קיין סיביר. גיי אהיים צו דיין ווייב און קינדער, לערן א פסוק חומש, אביסלע משניות און גמרא, וואס דאס בלייבט אין מיין האנט.