מיט גרויס פרייד נעמען אנשי שלומינו אויף די פרייליכע בשורה אז די געטרייע עסקנים פונעם בית התבשיל ובראשם דער ראש ישיבה שליט"א איז אריינגעשפרינגן אין א גרויסן פראיעקט אויפצופיקסן און איבערבויען דעם בנין פונעם בית התבשיל כדאי צו קענען נוצן דעם בנין א גאנץ יאר.
אט שטעלן מיר פאר עטליכע שאלות וואס מיר האבן געפרעגט פון די עסקני בית התבשיל לרגל דעם גרויסן קאמפיין.
שאלה: דער בית התבשיל בנין געהערט שוין פארן בית התבשיל עטליכע יאר, וואס האט יעצט פאסירט אז מען מאכט א קרן הבנין קאמפיין?
תשובה: ריכטיג, דער בנין פונעם בית התבשיל האט דער ראש ישיבה שליט"א אוועקגעגעבן פארן בית התבשיל אז מיר זאלן דאס נוצן צו קענען טון חסד פאר די שטעטל.
דעם עצם בנין אליין איז אבער ממש גארנישט, חוץ פון די ביעמ"ס מיטן דאך איז קיין שום ילק פונעם בנין אויסגעשטעלט צו נוצן. 
צום ביישפיל, די ווענט וואס דער בנין האט יעצט. באשטייט סך הכל פון א דינע בלעך. אין די ווינטער מאכט עס אז אינעם בנין זאל זיין קעלטער ווי אינדרויסן אויפן גאס, און זוממער ווערט אינעם בנין הייסער ווי אויפן גאס. אויב ווילן מיר לאזן לויפן א געהעריגע אפעראציע וואס זאל לויפן יעדן טאג פון יאר, וועט מען דארפן טוישן די ווענט און לייגן געהעריגע האלצערנע ווענט וואס מען וועט קענען אינסולעיטן.
די צווייטע זאך וואס דער בנין פארמאגט איז אביסעלע פלאמבינג, אבער אזוי ווי עס איז נישט באנוצט געווארן די לעצטערע יארן דארף מען אריינלייגן אסאך ארבעט און געלט אז מען זאל דאס קענען צוריק אנהייבן נוצן. ווי אויך וועלן מיר דארפן לייגן פרישע פייפס צו קענען אקאמאנדירן טעגליכע אפעראציע. 
צו ענטפערן דיין פראגע אין קורצן, מיר האבן פיר ווענט מיט א דאך, אבער נישט דאס איז וואס מיר דארפן צו קענען אנגיין מיט אונזער אפעראציע.
אינען יעצטיגן בנין, אזוי ווי עס איז נישט געהעריג אויסגעשטאט צו זיין א סטארידזש, קענען מיר נישט האלטן אינעם אונטערשטן שטאק קיין פראדוקטן, נאר פעמפערס אדער אנדערע זאכן וואס קענען זיך האלטן אין אנדערע טעמפעראטורן. אבער צו קענען ריכטיג אפערירן דארפן מיר באמת פארמאכן דעם בנין און עס אינסולעיטן.
איי ווי אזוי זענען מיר אנגעגאנגען מיטן בית התבשיל ביז יעצט? דער ענטפער איז אז דער בית התשיל האט אן אומאפשטעלבארע ציל צו געבן עסן פאר אידישע קינדער, קיין שום זאך וועט אונז נישט אפשטעלן!
שאלה: וואס איז די פלאן מיט די יעצטיגע קאמפיין, מיט וואס וויל מען בעסער מאכן דעם בנין?
ענטפער: לאמיר דא אויסרעכענען עטליכע זאכן וואס דער בנין הבית התבשיל מוז זאפארט האבן, אז אידן אין שטעטל זאלן מיטן אייבערשטן'ס הילף האבן צו עסן בהרחבה.
אראפנעמען אלע איצטיגע ווענט און לייגן האלצערנע פרעימס און פלייוואודס, ביידע שטאקן.
אינגאנצן אינסולעיטן דעם בנין, ביידע שטאקן.
אריינלייגן מאכטפולע סטיעם און עיר קאנדישיאן סיסטעמס, סיי אונטן פאר די סטארידזש און סיי אויבן פאר די קאך.
פארשטארקערן די ביעמס פון די ערשטע שטאק אז עס זאל קענען האלטן די וואג פונעם נייע קאך. 
והעיקר: בויען א גרויסע קאמערשיאל קאך אויפן צווייטן שטאק, גרייט צו קענען אפקאכן הונדערטער פארציעס אויפאמאל.
אפגרעידן די עלעקטריק צו קענען געבן power פאר די קאך און פאר א גרויסע קאמערשיאל פריזער.
מאכן אינדרויסן פונעם בנין א גרויסע פארקינג לאט אז אנשי שלומינו זאלן קענען קומען נעמען עסן מיט הרחבה.
א גרויסע לאודינג דאק פאר די ערשטע שטאק, אז טראקס און טרעילערס זאלן קענען אריינלאודן גראד אריין אינעם סטארידזש.
דאס זענען זאכן וואס דער בנין דארף האבן שוין יעצט. חוץ פון די פולע אנדערע זאכן וואס מען קען צולייגן אז דער בנין זאל זיין נאך בעסער געאייגענט פאר אונזערע אפעראציעס, ווי למשל אן עקסטערע גאראזש פאר סטארידזש אדער 
דאס איז שוין נאכדעם וואס דער בית התבשיל האט שוין אריינגעלייגט איבער $100,000 צו לייגן א צעמענטענע פלאר אין די סטארידזש, אריינלייגן נייע טירן, און מאכן א שטיקל פארקינג לאט אין פארנט פונען בנין. דאס איז חוץ פון די היי לאו וואס דער בית התבשיל האט געקויפט פארן בנין.
שאלה: איך מאך א שנעלע חשבון וויפיל עס דארף קאסטן די אלע זאכן וואס דו האסט אויסגערעכנט דא און איך קום אן צו גרויסע נומערן. וואס איז ענקער פלאן?
ענטפער: דער ראש ישיבה שליט"א וויל אז דאס זאל געשען, און דאס איז וואס גייט געשען! נישטא קיין שום ספק דערין!
מיר ווייסן אז אנשי שלומינו זענען זייער ווארעם פארן בית התבשיל, יעדער פון די קהילה איז נהנה פון אונז, יעדער אויף זיין וועג. מיר זענען זיכער אז יעצט ווען מיר האלטן בעפאר אזא וויכטיגע קרן הבנין קאמפיין וועלן אונז אלע אנטקעגן קומען מיטן זיך אונטערנעמען גרויסע זכותים פארן בנין. 
בשם די גאנצע קהילה באדאנקן מיר זיך פארן בית התבשיל מיט די ווערטער וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פארן בית התבשיל "דו ראטעוועסט אונזער גאנצע שטעטל פון שלעכטס מיט די חסד וואס דו טוסט".
 
מיטן אייבערשטנס הילף וועט נאכפאלגן דא אויפן וועבסייט כסדר'דיגע אפדעיטס איבערן קאמפיין.