הכנסת ספר תורה דעם שבת קודש אין היכל הקודש פרעמישלאן קרית יואל
ד כסלו תשפ"ב 📝
א גרויס שמחה הערשט אין בית המדרש היכל הקודש פרעמישלאן, ווען דעם שבת קודש פרשת ויצא הבא עלינו לטובה וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף אריינגעגעבן ווערן א נייע ספר תורה.
דער נייער ספר תורה איז געשריבן געווארן לעילוי נשמת דעם אומפארגעסליכן הרה"ח ר' ראובן וויינבערג ז"ל, וואס כאטש עס זענען געווען שולן נענטער צו זיין הויז פלעגט אלץ קומען דאווענען נאר אין בית המדרש היכל הקודש.
אין די עלטער פון 96 יאר אין די גרעסטע פרעסטן פון ווינטער, און אין די גרעסטע היצן פון זומער פלעגט ער קומען מיט די גרעסטע שמחה אין בית המדרש אלעס נאר כדי צו קענען זאגן נאך א קדיש, נאך א קריאת שמע, און ענטפערן נאך אן אמן.
ר' ראובן וויינבערג זכרונו לברכה איז געווען א מסירת נפש איד וואס איז אויפגעוואקסן אין רוסלאנד אונטער די קאמוניסטישע רשעים, און האט מיט אלע שוועריקייטן זוכה געווען צו היטן אידישקייט מיט די גרעסטע מסירת נפש, ער האט זוכה געווען אויפגעשטעלט א הערליכע אידישע דור פון קינדער און אייניקלעך וואס לעבן מיטן אייבערשטן, און היטן די תורה.
ר' ראובן איז באוויסט געווען אין בית המדרש היכל הקודש מיט זיין ספר פנים יפות ווי ער פלעגט אויפנעמען יעדן איד מיט א גרויסע שמייכל. די מתפללים קענען נישט פארגעסן ווי ער פלעגט זיך אלץ אינטערעסירן וואס ער און די משפחה טוען, און כמים פנים אל פנים איז ר' ראובן געווען שטארק באליבט אין בית המדרש היכל הקודש פרעמישלאן, ווי ער פלעגט באשיינען דעם בית המדרש פאר לאנגע יארן, מיט האלטן די תפילות שבת ויום טוב, סיפורי מעשיות, שלש סעודות, ווי ער פלעגט זיך צוהערן מיט דורשט צו די דברי אלקים חיים די ווערטער פון הייליגן רבין מיט וואס ער פלעגט זיך מחי' זיין, און טרונקען די הייליגע דיבורים וואס מען רעדט אין בית המדרש היכל הקודש.
יעצט האט זיין אייניקל ר' נחום וויינבערג הי"ו וואס האט אים אלץ אזוי געטריי באדינט ביים לעבן, זוכה געווען ענדיגן שרייבן א ספר תורה לעילוי נשמתו פון זיין גרויסן זיידן, און איז עס מנדב זיין פאר דעם הייליגן בית המדרש ווי דער זיידע איז געווען א שטענדיגער מתפלל.
ווי דער פלאן איז וועט אם ירצה השם דעם שבת קודש פרשת ויצא, געפראוועט ווערן א שיינער הכנסת ספר תורה, ווי דער נייער ספר תורה וועט אי"ה ארויסגיין פארן ליינען פון שטוב ווי ר' ראובן האט געוואוינט אויף מעזיבוזש רד. און וועט גיין צום בית המדרש היכל הקודש אויף פרעמישלאן רד. מיט שמחה, טענץ און געזאנג, ווי דער ספר תורה וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף גענוצט ווערן פאר קרית התורה מדי שבת בשבתו.