אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש גרייטן זיך מיט גרויס עקסטאז צום יומא דהילולא קדישא פון אונזער גרויסן מנהיג וואס דער אויבערשטער האט ברוב רחמיו וחסדיו אראפ געשיקט צו אונזער דור, מוהרא"ש זי"ע, וואס פאלט אויס קומענדיגן שב"ק פרשת בשלח י"ז שבט הבעל"ט.
 
איבעראל אין די גאנצע וועלט וועלן זיך די תלמידים צוזאם נעמען אין די שולן פון היכל הקודש ווי מען וועט איבער חזר'ן און זיך אויפפרישן מיט די לעכטיגע עצות וואס מוהרא"ש האט אונז איבער געלאזט. מען וועט רעדן איבער די נושאים וואס ער פלעגט אלץ מחזק זיין אז מען זאל כסדר חזן, מען וועט רעדן פון רעדן צום אויבערשטן, ווי ער פלעגט אלץ זאגן אז ווען א מענטש זאל וויסן וואס מען קען פועלן מיט תפלה וואלט מען נישט נישט אפגעלאזט די זאך פון התבודדות. מען וועט זיך מחזק זיין צו רעדן שיין אין שטוב, ווי מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז מען קען נישט זיין אפגעהיטן אן א ווייב, און אויב מען קריגט זיך איז דער סמ"ך מ"ם באלעבאס אין שטוב רח"ל. מען וועט רעדן איבער דעם סדר דרך הלימוד פון זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין, מען וועט זיך מחזק זיין מיט לימוד משניות, זאגן פרקים משניות וואס איז מסוגל פאר כל מיני ישועות בפרט פאר ווער עס וויל ארויסגיין פון אלע סארטן עדיקשאנס רח"ל. מען וועט רעדן פון הפצה, וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ מאנען די תלמידים אז אויב דו האסט אנגעהויבן צו הערן די ווערטער פונעם צדיק און דיין לעבן האט זיך געטוישט, פארוואס זאלסטו נישט פארגינען די זיסע לעבן פאר נאך איד. און אזוי ווייטער.
 
אין די לעצטע יארן האט מען געשריבן א ספר תורה לעילוי נשמת מוהרא"ש זי"ע וואס וועט אריינגעגעבן ווערן צום בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג, וואס מען האלט שוין ב"ה ביי די לעצטע שטאפלען, און די הכנסת ספר תורה וועט בעז"ה געפראוועט ווערן קומענדיגן מוצש"ק פרשת בשלח הבעל"ט ברוב עם וברוב פאר והדר. רוב זכותים זענען שוין אויספארקויפט געווארן, עס זענען נאך דא געציילטע זכותים וואס מען קען נאך שאפן, מען קען רופן דעם גבאי פון ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג מו"ה שבתי מארקוס הי"ו אויף 3476662803.
 
פאלגט נאך אונזערע באריכטן איבער פרטים איבער די מעמדי סיום כתיבות האותיות וואס וועט פארקומען סיי אין ברוקלין און סיי אין אפסטעיט אין די קומענדיגע טעג בעהשי"ת
 
שישו ושמחו בשמחת התורה
 
📰 נייע ספר תורה לעלוי נשמת מוהרא"ש זי"ע שוין אנגעהויבן צו שרייבן