הכנסת ספר תורה אין שטעטל - קומענדיגער זונטאג, א' דחוה"מ סוכות
יג תשרי תשפ"ה 📝
אין שטעטל גרייט מען זיך מיט גרויס פרייד צום גרויסן מעמד ווען מען גרייט זיך צום געהויבענעם מעמד ההכנסת ספר תורה, וואס וועט אי"ה פארקומען קומענדיגער זונטאג, דעם ערשטן טאג חול המועד סוכות. דער ספר תורה איז נדבת לבו פון מו"ה שבתי מזרחי הי"ו, וועלכער האט געלאזט שרייבן דעם ספר תורה לע"נ רחל שמחה ע"ה בת מו"ה יצחק הי"ו.
דער מהודר'דיגער ספר תורה איז געשריבן געווארן דורכן באקאנטן סופר מומחה, הר"ר יצחק שמואל פרענקל שליט"א, וואס איז פון די חשובע אנשי שלומינו אין ירושלים עיר הקודש, וועלכע האט אוועקגעגעבן לאנגע חדשים צו שרייבן דעם ספר תורה פאר די קהילה.
דער מעמד האט זיך שוין אייגענטליך אנגעהויבן פארגאנגענעם זונטאג העעל"ט ווען מען האט אפגעראכטן א געהויבענע מעמד "כתיבת ספר תורה" אין שטוב פונעם נדבן מו"ה שבתי הי"ו, ווי מען האט געענדיגט שרייבן די לעצטע אותיות פונעם ספר תורה ווי דער מנהג איז, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ ווי מען האט זיך געפריידט בשמחת התורה, און געדאנקט דעם אויבערשטן אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו, און אויף דעם אז "והבדלנו מן הטועים ונתן לנו תורת אמת, וחיי עולם נטע בתוכינו".
אי"ה קומענדיגער זונטאג דער צווייטער טאג חול המועד, אינעם טאג פונעם הילולא פון הייליגן רבי'ן וועט מען זיך ווידער צוזאם קומען אין שטוב פונעם נדבן מו"ה שבתי מזרחי הי"ו ווי מען וועט ארויספירן דעם נייעם ספר תורה פונעם שטוב אויף 78 האשקי רד. אום 5:00 נאכמיטאג, באגלייט מיט געזאנג און טענץ בתופים ובמחולות, און מען וועט אזוי באגלייטן דעם נייעם ספר תורה אונטער דעם חופה דעם גאנצן האשקי גאס ביז'ן גרויסן בית המדרש אויף 181 האשקי רד. מיט פאקלען פענער און פעקלעך פאר די קינדער.
אין בית המדרש וועלן אפווארטן באסעס וועלכע וועלן אהיים פירן די פרויען און מיידלעך מיט די קליינע קינדער איבער'ן גאנצן שטעטל.
אום 6:00 וועט מען בעז"ה דאווענען מנחה אין בית המדרש, וואס וועט נאכפאלגן מיט געהויבענע טענץ לכבודה של תורה, און וועט נאכפאלגן מיט א שיינע סעודה לכבוד התורה.
תנו כבוד לתורה