הכרת הטוב
ד כסלו תשפ"ה 📝
שאלה:
מיר ווייסן אז אלעס טוט דער אויבערשטער, אויב אזוי פארוואס דארפן מיר דאנקען א מענטש ווען זיי טוען אונז א טובה?
רחל ז.
ענטפער:
דאס איז זייער א גוטע שאלה, און מיר האבן זייער הנאה דאס צו ענטפערן. אין דעם שאלה ליגט זייער א וויכטיגע יסוד אין אידישקייט, און א גאר שטארקע לימוד וואס מיר קענען מיטנעמען אויף אונזער גאנצע לעבן. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז עס איז נישטא קיין שענערע מידה פאר א איד ווי "הכרת הטוב".
דער אמת איז, אז אלעס וואס פאסירט צו אונז קומט נאר פונעם אויבערשטן אליין, און מיר דארפן וויסן קלאר און איינערקענען אז נאר אים קומט זיך דער ישר כח פאר אלע גוטע זאכן וואס מיר האבן. אבער דער אויבערשטער וויל אז מיר זאלן אויך דאנקען און אנערקענען די שליחים דורך וועלכע ער שיקט אונז זיינע טובות.
ווען איינער טוט מיר עפעס א גוטע זאך, צום ביישפיל מיין מאמע אדער מיין ווייב האט געקאכט א פיינע נאכטמאל פאר די משפחה, אירע כחות צו קענען קאכן, און די עסן וואס מען האט גענוצט, און דאס געלט צו קענען איינקויפן און אלעס ארום איז א מתנה פונעם אויבערשטן. אבער די מאמע האט אוועקגעגעבן איר הארץ, איר צייט און אירע כוחות אויסצונצן די טובות פונעם אויבערשטן פאר אונזערט וועגן. ווען מען זאגט איר "א דאנק" אדער "ישר כח", ווייזט מען הכרת הטוב סיי פאר איר און סיי פארן אויבערשטן.
אבער דאס גייט נאך מער, ווען א מענטש געוואוינט זיך צו צו דאנקען מענטשן פאר וואס זיי טוען, העלפט עס א מענטש צו קענען דאנקען דעם אויבערשטן, און וואס מער א מענטש לעבט מיט די מדה פון הכרת הטוב, העלפט עס דעם מענשט צו ווערן מער א פרייליכע און א ציפרידענע מענטש.
ווייל יעדע מענשט האט זאכן וואס גייט אים שווער, אבער אויך האט ער אומצאליגע מתנות פונעם אויבערשטן, און עס ליגט אין די מענטש די בחירה צי ער וויל קוקן אויף זיינע צרות, און ער זאל ארומגיין א גאנצן טאג מיט אן אראפ געלאזטע נאז, און קאמפלעינען און האבן טענות אויף די גאנצע וועלט, אדער קען ער קוקן אויף די פילע האלב פון די גלאז און ארום גיין פרייליך און אויפגעלייגט, און פול מיט הכרת הטוב צו אלע זיינע ארומיגע און צום אויבערשטן אויף די אלע גוטע זאכן וואס ער באקומט ברוב רחמיו וחסדיו פונעם אויבערשטן.
דער הייליגער רבי האט זיך צוגעוואוינט נאך פון אלס קינד, אז ווען ער האט באקומען צו עסן האט ער נישט בלויז געזאגט א ברכה צום ביישפיל "בורא מיני מזונות", און דערנאך "על המחי'", נאר האט צוגעלייגט אייגענע ווערטער צו דאנקען דעם אויבערשטן אויף יעדע פרט פון די עסן, "ישר כח אויבערשטער פאר די פרעצלס, איך דאנק דיך באשעפער פאר די בענקל אויף וואס איך זיץ", און אזוי ווייטער.
א מענטש וואס דאנקט דעם אויבערשטן פאר די פילע גוטע מתנות וואס ער באקומט ער איז באמת א רייכער מענטש. דער עושר וואס האט די שענסטע פאלאצן מיט פילע באדינערס וואס שטייען שטענדיג גרייט אים צו באדינען, אויב איז ער נישט פרייליך מיט וואס ער האט איז ער נעבעך א גרויסער ארימאן וואס האט "גארנישט" אויסער געלט.