הכרת הטוב אסיפה פאר די בודקים פונעם עירוב אין שטעטל
יא אלול תשפ"ג 📝
פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען א זעלטענע צאמקום פון הכרת הטוב בראשות דעם ראש ישיבה שליט"א פאר די חשובע בודקים פון די עירוב אין קרית ברסלב.
ווי אלע ווייסן האבן מיר ברוך השם אין שטעטל די לעצטע פאר יאר, א כשר'ע עירוב ארום דעם גאנצן שטעטל מיט'ן הכשר פון הרה"ג יחיאל שטיינמעץ שליט"א, א גרויסע מומחה אויף עירובין וואס גיבט דעם הכשר אויפן עירוב ארום די שטעטל.
די ערשטע תושבים געדענקען נאך גוט די צייטן פאר די עירוב איז געווען אין דינסט, מען האט נישט געקענט ארויסגיין שפאצירן מיט א קינד, מען האט געדארפט איבערקוקן די טאשן יעדע מאל פאר מען איז ארויס, זען אויב מען האט עפעס מיטגענומען. איינמאל ווען דער ראש ישיבה איז געווען פאר א שבת אין שטעטל האט דער ראש ישיבה גערעדט צו די תושבים אז מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו טראגן בטעות אין שבת, און מען כאפט זיך נישט אז אפילו די זוים פון די הויזן דארף מען אויסרייניגן ווייל דאס גייט אריין אין א שאלה פון טראגן.
ברוך השם אז דער ראש ישיבה האט גלייך אין אנהייב ביים בויען דעם שטעטל געלייגט א דגוש אז מען זאל האבן א כשר'ע עירוב, דער ראש ישיבה האט דעמאלט געשטעלט האברך מו"ה מרדכי אהרן היילפרין הי"ו זאל שטיין בראש פון די וועד העירוב, און זען אז די עירוב זאל ווערן געבויעט מיט אלע הידורים וואס פעלט נאר אויס. דער ראש ישיבה האט ארויסגעשיקט אפאר געטרייע בחורים זאלן צוהעלפן צו בויען די עירוב, מען האט גאר שווער געארבעט אין די וועלדער ארום די שטעטל צו בויען דעם עירוב, ביז מען האט געזען דעם עירוב געענדיגט האט גענומען א היפש ביסל צייט. יעצט האט מען שוין ברוך השם א פערטיגן עירוב צו די צופרידענהייט פון אלע תושבים און געסט וואס וויילן פאר א שבת אין שטעטל.
איין זאך באמערקט כמעט קיינער נישט, אז יעדן ערב שבת דארף מען פריש בודק זיין דעם עירוב אויב עס איז נישט געווארן ערגעץ צוריסן וכדומה. דער ראש ישיבה האט געשטעלט די חשובע מלמדים און נאך אפאר חשובע אינגעלייט זיי זאלן בודק זיין דעם עירוב יעדן איינציגן ערב שבת פונעם יאר, אפגעזען צי עס איז קאלט אדער הייס, שניי אדער רעגן, ערב פורים, ערב פסח, ערב סוכות, יעדער ממונה קוקט איבער זיין חלק אויף וואס מען האט אים געשטעלט, און נאכן בודק זיין לאזט ער וויסן אז עס איז פערטיג און עס איז כשר, אדער ווען עס מאכט זיך, אז מען דארף עפעס מתקן זיין.
אלס הכרת הטוב פאר די חשובע בודקים האט דער ראש ישיבה זיי אריבערגערופן אין שטוב פונעם יושב ראש פונעם עירוב מו"ה מרדכי אהרן היילפרין הי"ו און איבערגעגעבן פאר יעדן א שיינע משניות קו ונקי, און בייגעלייגט א שיינעם בריוו זיך צו באדאנקען פאר די געטרייע ארבעט וואס זיי לייגן אריין שלא על מנת לקבל פרס, און אָן באקומען א גוט ווארט פאר די שווערע ארבעט א גאנץ יאר.
דער אייבערשטער זאל העלפן אין דעם זכות זאלן די חשובע בודקים האבן פון אלעם גוטן און זען נחת ביי אלע קינדער.
📰 עירוב אין שטעטל באקומט א הכשר