פאריגע וואך איז פארגעקומען די יערליכע הכרת הטוב מיטינג וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט מיט די פילע אינגעלייט משגיחים עוסקים במלאכת הקודש וואס זענען זיך מטריח בטירחא דגופא יעדע וואך, און אפילו אין די זומערדיגע היץ, אין די ווינטערדיגע קעלט, אין די בלאטעס, רעגנס, שניי, אייז, גייען זיי ארום אין זענען בודק די עירוב.
 
און אנדערש ווי אין אנדערע שטעט, זענען די משיגים פולקאמע וואלונטירן, וואס טוען זייער ארבעט בנאמנות שלא על מנת לקבל פרס.
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט פאר די משגיחים די גרויסקייט פון זייערער מעשים, אז זיי זענען מקרב די גאולה, ווי דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע האט אמאל געזאגט אז בזכות די דריי זאכן: זביחה, עירוב און מקוה וועט משיח קומען.
 
אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א נאכגעזאגט פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע אז ארויסהעלפן מצות עירובין אין מסוגל צו געהאלפן ווערן מיט זרע של קיימא.
 
ברוך השם - האט דער ראש ישיבה געזאגט - אז מען האט א מהודר'דיגע עירוב, אזוי אויך האט מען מהודר'דיגע מקוואות, און יעצט ארבעט מען אויף די דריטע זאך שחיטה, מען זאל קענען האבן פלייש גע'שחט'ן פון היימישע שוחטים, וואס מען קען פון דער נאנט, אלץ יראי השם.
 
דער ראש ישיבה האט דערנאך ארויסגעברענגט אז אויף די אויבענדערמאנטע דריי זאכן, שחיטה, עירובין און מקוה, קען מען זיך נאר פארלאזן ווען עס איז אונטער א קהלה. אויב עס ווערט געפירט פון פריוואטע מענטשן וועלן זיי האבן א שטארקע נסיון פון זיך פארלאזן אויף היתרים צוליב "הפסד מרובה" וכדומה, דערפאר האבן ערליכע אידן אלץ מקפיד געווען אז די דריי זאכן זאלן געפירט ווערן דווקא דורך א ערליכע קהלה, וואס וועט נישט מאכן קיין געלט חשבונות ווען עס קומט צו צושטעלן אויסגעהאלטענע כשרות.
 
און טראץ וואס דער עירוב פונקציאנירט שוין אזויפיל ווי פינעף יאר צום גוטן, און עס איז ב"ה כשר יעדע וואך, און דאס איז צו פארדאנקען וואס מיר האבן אזא געטרייע שטאב, וואס געבן זיך אוועק אזויפיל כח און טירחא כדי צו העלפן די גאנצע שטאט מען זאל קענען טראגן שבת.
 
דער ראש ישיבה האט ממנה געווען מו"ה ישראל חיים ברוין הי"ו מיט זיינע צוויי איידימער מו"ה אלי' פערל הי"ו און מו"ה אלי' זעלקאוויטש הי"ו צו אנהייבן מסדר זיין און אויסארבעטן דעם עירוב וואס וועט לויפן אין די נייע ווילידזש געגענט, אין וואס פילע אנשי שלומינו האבן זיך לעצטענס אריינגעצויגן. און מען האט אויסגעשמועסט די פלענער וואו די עירוב זאל דורכלויפן אז עס זאל אריינעמען וואס מער פון די איינוואוינער.
 
די וועד העירובין איז כסדר אין קאנטאקט מיט'ן בעל מכשיר הר"ר חיים מאיר שטיינמעץ שליט"א, וואס קומט אראפ איין מאל א יאר און קוקט אלעס איבער, און געבט כסדר הוראות און אנווייזונגען וויאזוי צו האנדלען ווען מען האט א שאלה.
 
שמחים לשמרו ולערב עירובו, זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו!