א גאר שטארקע ווארימקייט האט זיך אנגעזען ביי אנשי שלומינו וואס זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט, מען איז געקומען פון ליבערטי, קרית יואל, מאנסי, דזשערסי סיטי, לינדען, בארא פארק און פארשטייט זיך פון אלע עקן וויליאמסבורג, אלע האבן געשפירט א גרויסע הכרת הטוב פאר די טייערע חברי הנהלה פונעם רענט קאמפיין מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו און מו"ה שבתי מארקוס הי"ו, וואס האבן אראפגענומען פונעם ראש ישיבה דעם פינאנציעלן עול וואס ער פלעגט טראגן, און האט אים צוגענומען די מנוחת הנפש, ווען יעדע חודש האט דער ראש ישיבה, אויסער פירן די ישיבה, די קהלה, די מוסדות, האט ער אויך געדארפט אויפקומען מיט די ריזיגע סכומים פאר די רענט פונעם בנין הישיבה.
 
שוין עטליכע יאר וואס די געטרייע אינגלייט האבן איבערגענומען דעם עול, און טרייבן אויף ביי אנשי שלומינו נדבות יעדן חודש, מיט וואס די רענט ווער באצאלט, און דער ראש ישיבה שליט"א קען אריינלייגן אלע זיינע שעות און כחות אויף צו לערנען מיט קינדער, בחורים און אינגעלייט די הייליגע תורה, די הייליגע אמונה, און פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט די לעכטיגע עצות פון הייליגן רבין אויפן וועג ווי מיר האבן עס געלערענט ביי מוהרא"ש זי"ע.
 
דערפאר איז דער גרויסער ציבור זיך צוזאם געקומען נעכטן מוצש"ק צו א שיינע מלוה מלכה, אין בית המדרש אין וויליאסבורג, ווי מען האט נהנה געווען פון א גאר שיינעם פראגראם, און דרשות.
 
צו ערשט האט אויפגעטרעטן דער געטרייער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א וואס האט געדינט אלץ יושב ראש פונעם נאכט, און האט מהנה געווען דעם ציבור מיט שיינע געשמאקע רעיונות. דערנאך האט מען געהערט שיינע ווערטער פונעם אלעמען באקאנטן עסקן לכל דבר שבקדושה מו"ה מנשה איצקאוויטש הי"ו, צו וואס דער עולם האט זיך שטארק צוגעהערט. מען האט געזונגען אינאיינעם די זמירות פון מוצאי שבת קודש מיטן געשמאקן ברסלבן נוסח. און דערנאך האט מען געהערט דעם "דבר ההנהלה פון מו"ה אשר בער אינדארדסקי הי"ו, וואס האט ארויסגעברעגנט די וויכטיגקייט פון שטיצן דעם קאמפיין צו אויפהאלטן דעם בנין אויף סקילמאן סטריט, וואס איז ווי די "ווייסע הויז" פון היכל הקודש, פון ווי עס קומען ארויס די אלע אקטיוויטעטן פון תורה, תפלה, אמונה, הפצה, מוסדות, א.א.וו. און אז אן דעם קען מען נישט אנגיין. דערנאך האט מען געהערט טרעפליכע ווערטער פון מו"ה מיכל ראזנעפעלד הי"ו, וואס האט זייער מהנה געווען דעם עולם מיט זיין געשמאקע שפראך.
 
דערנאך האט מען געהערט א שיינע שיעור פון ראש ישיבה שליט"א (וואס מ'קען זען דא אויף אונזער וועבסייט, ביי שיעורים/פרשת פקודי) וואס האט אויסגעדרוקט זיין הכרת הטוב צום אייבערשטן אז מען האט אזא שיינע פלאץ פאר די ישיבה און די מוסדות. אזוי אויך האט דער ראש ישיבה געגעבן וויכטיגע הדרכה וויאזוי א איד דארף פירן זיין פינאנציעלע לעבן על פי תורה, אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערענט. און דערנאך האט דער ראש ישיבה געטיילט מתנות און פלעקס פאר אלע וואס נעמען א חלק אין העלפן די רענט קאמפיין.
 
נאכן בענטשן איז זיך דער עולם צוגאנגען מיט פרישע קבלות ווייטער אנצוהאלטן און שטיצן דעם הייליגן פלאץ און מיט דעם אראפנעמען פון ראש ישיבה די געלט עול, און מיט דעם האבן א חלק אין פארשפרייטן, אמונה, קדושה, תורה צו צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט.