הכרת הטוב מסיבה פאר די נדבנים פון קרן הדפסה
יד אלול תשפ"ו 📝
דעם זונטאג פרשת כי תבוא לאומאן איז פארגעקומען א הערליכע הכרת הטוב מסיבה דורך די הנהלה פון קרן הדפסה, לכבוד די נדבנים וואס האבן געהאט די זכיה צו קויפן דעם זכות פון "פרנס השנה", דורך געבן א נדבה פון צען טויזנט דאלער אדער מער פארן יאר.
די מסיבה איז פארגעקומען אינעם בנין פון קרן הדפסה, וואו די נדבנים האבן געהאט די געלעגנהייט צו זען פון דער נאנט די ריזיגע אפעראציע וואס קומט פאר טאג-טעגליך — וויאזוי הונדערטער ספרים, קונטרסים, בלעטלעך, גליונות, USB'ס און נאך פילע זאכן ווערן פראדוצירט און צוגעגרייט צו ווערן פארשפרייט פאר אידישע קינדער.
די נדבנים האבן זיך געוואשן צו א רייכע סעודה, און דער ראש ישיבה שליט"א האט ווארעם און געשמאק פארברענגט עטליכע שעה מיט די נדבנים. מען האט געשמועסט איבער פארשידענע ענינים העומדים על הפרק, און די באטייליגטע האבן שטארק הנאה געהאט און ארויסגענומען אסאך עצות, חיזוק און הדרכה לעובדה ולמעשה.
נאך די סעודה האט דער ראש ישיבה שליט"א ארומגעפירט די נדבנים אויף א דורכדרינגליכע טור איבערן גאנצן בנין. ער האט זיי געוויזן די פארשידענע מאשינען און אפטיילונגען, און מסביר געווען וואס עס קומט פאר אין יעדן איינציגן פלאץ.
ווען מען איז אנגעקומען צו די "פאוער סקווער" מאשין, איז פונקט געווען אנגעגרייט דער "לוח תשפ"ז" וואס ווערט יעצט געדרוקט. יעדער נדבן האט געהאט די זעלטענע געלעגנהייט אליין אריינצולייגן א פעקל בלעטער אינעם מאשין און מיטצוהאלטן ווי עס ווערט געדרוקט.
דערנאך האט מען געזען די פארשידענע ריזיגע מאשינען, ווי די פרינטערס, קאטערס, USB מאשינען, סטעיפלערס, און אלע אנדערע מאשינען וואס זענען נויטיג צו קענען פראדוצירן אזא גרויסן פארנעם פון ספרי קודש.
דער ראש ישיבה האט אויך געוויזן די פארשידענע אפיסעס און דעפארטמענטס וואס געפינען זיך אינעם בנין, און מסביר געווען וואס יעדער אפטיילונג טוט.
צווישן אנדערע האט מען געזען "מכון עצתו אמונה", געפירט דורך הרב יואל שניצלער; דעם אפיס פון "קול ברסלב", מיט הרב משה עקשטיין; דעם אפיס פון "גליון אשר בנחל", געפירט דורך הרב מרדכי אינדיג; דעם סעקרעטערי אפיס, וואו ר' יוסי יאקאבאוויטש זיצט; די גרעפיקס דעפארטמענט, געפירט דורך מרת ראטענבערג; און דעם ארויסגעבער פון די ענגלישע "עצתו אמונה" - "Light of Emunah", מרת מענדלאוויטש.
אויך האט מען באזוכט די אפיסעס פונעם "בלעטל" מאגאזין, וואו ר' ישראל העסקל און ר' בערל שניצלער ארבעטן שווער יעדע וואך; דעם הויפט אפיס פון קרן הדפסה, געפירט דורכן געטרייען מנהל הרב אשר יעקב בלום; דעם פאנדרעיזינג אפיס, מיט ר' לייבי ראטה; און דעם מוזיק סטודיא, וואו ר' אברמי צוויבל און ר' סענדי ראטה ארבעטן אויף נייע מוזיק אלבומס.
א באזונדערע איינדרוק האט געמאכט דער ריזיגער סטארעדזש, וואס ווערט געפירט דורך ר' נתן בוים. דער ראש ישיבה האט דארט אנגעוויזן אויף דעם גרויסן פארנעם פונעם הפצה-אפאראט, און מסביר געווען אז טאג-טעגליך קומען אהין מפיצים, וועלכע פאקן זיך איין די הייליגע ספרים און קונטרסים וואס זיי דארפן, און פארשפרייטן זיי איבער די לענג און די ברייט פון ניו יארק סטעיט און די ארומיגע געגנטער.
איינע פון די גאר שטארקע נקודות וואס דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט ביים מסיבה, איז געווען די געוואלדיגע זכות וואס די נדבנים האבן מיט זייער שטיצע פארן "קרן הדפסה". דער ראש ישיבה האט געזאגט אז געבן פארן קרן הדפסה איז איינע פון די בעסטע אינוועסטמענטס וואס א איד קען מאכן. מען קען זיך דאס פארשטעלן ווי איינער וואס קויפט זיך א "שעיר" אין א קאמפאני — יעדער איד וואס קומט צוריק צום אויבערשטן, יעדער מענטש וואס באקומט חיזוק, און יעדע נשמה וואס ווערט דערנענטערט צום באשעפער דורך די ספרים און קונטרסים — האט דער נדבן א חלק דערין. דא איז די "קאמפאני" די הפצה פון אמונה, און דער שכר איז אן א שיעור.
אזוי אויך האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט, אז שטיצן דעם קרן הדפסה איז א גאר פאסיגע הכנה זיך צו גרייטן פארן פארן קיין אומאן. ווען מען וועט קומען צום רבי'ן, וועט מען קענען זאגן: "רבי, איך טו פאר אידישע קינדער; איך העלף אז אידן זאלן וויסן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט."
דאס איז טאקע דער ציל פון די גאנצע ארבעט אין קרן הדפסה — עס איז נישט סתם א פרינטינג און דיסטריביושן צענטער, נאר א פאבריק וואס פארקויפט עצות און חיזוק וואס זענען בכח אנצוצינדן אידישע הערצער און אריינברענגען אמונה און חיזוק אין עבודת השם.
א ספעציעלע דאנק קומט זיך פאר ר' לייבי ראטה, דער גבאי פון קרן הדפסה, פארן זיך אפגעבן מיט'ן אראנזשירן די שיינע "הכרת הטוב" מסיבה און פארן איבערגעבן דעם באריכט.
די הערליכע מסיבה האט געגעבן פאר די נדבנים א נייעם בליק אויף דעם גרויסן פארנעם פון דער ארבעט וואס קומט פאר טאג-טעגליך, און האט זיכער מחזק געווען יעדן איינעם צו ממשיך זיין אלס שותף אין דער גרויסער הפצה-מלאכה — צו פארשפרייטן אמונה און חיזוק פאר אידישע קינדער.