הכתרה פאר'ן ראש הכולל הרב הגאון רבי יונה זינגער שליט"א קומענדיגן זונטאג תצא הבעל"ט
יב אב תשפ"א 📝
קרעדיט: מו"ה ארי פיש הי"ו
מיט גרויס פרייד גרייטן מען זיך אין קהילת היכל הקודש, צום גרויסן "מעמד ההכתרה", ווען דער ראש ישיבה שליט"א גייט מכתיר זיין דעם ראש הכולל הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א אלץ דיין ומורה צדק פאר די גרויסע קהילה.
דער פרישער דיין שליט"א וואס האט שוין ארויסגענומען היתר הוראה פון גרויסע מורי הוראה, האט אויך גענומען שימוש ביי גרויסע דיינים מומחים, וועט מיטן אייבערשטנס הילף שטיין צום דינסט פון די קהילה, צו פסק'נען שאלות און ענטפערן פאר אלע שואלים בדבר ה' זו הלכה.
אזוי אויך לערנט דער דיין שליט"א פאר א גרונטליכע שיעור פאר די בחורים טאג טעגליך אין ישיבה היכל התורה ווי תלמידים מבקשים וואס ווילן זיך משלים זיין בהלכה, קומען צום שיעור פונעם דיין ווי מען לערנט יעצט הלכות שבת, און הערן זיך צו צום דיינ'ס שיעור ווי ער לערנט מיט די בחורים שולחן עורך אויפן וועג וואס מוהרא"ש האט אראפגעשטעלט, אז מען הייבט אן מיט די דברי חז"ל אין די גמרא, און דערנאך לערנט מען די ראשונים דערויף, און הערשט דאן לערנט מען עס אין שולחן ערוך, און דערנאך שמועסט מען אויס די הלכות וואס קומען ארויס דערפון למעשה בזמנינו, ווי די פוסקים אין די פילע תשובה ספרים זענען מכריע.
דער גרויסער מעמד, ווי דער גאנצער ציבור אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאם קומען אפצוגעבן דעם ריכטיגן כבוד התורה, וועט מיטן אייבערשטנס הילף פארקומען אינעם גרויסן זאל אין תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב אין ליבערטי, אויף 39 טשעסטנאט סטריט, קומענדיגן זונטאג פרשת כי תצא ז' אלול הבעל"ט.
מיטן אייבערשטנס הילף איז ערווארטעט א גאר שיינער מעמד, מיט די באטייליגונג פון גאר חשובע רבנים הגה"צ שליט"א, בפרט פון די גרויסע דיינים ביי וועמען דער דיין שליט"א האט גענומען שימוש.
יגדיל תורה ויאדיר
📰 סיום דורכן דיין אין שטוב פון ראש ישיבה
📜 שיעור כללי פון דיין אין הלכות פסח