המשך פונעם באריכט פונעם יום טוב שבועות אין שטעטל
טז סיון תשפ"ו 📝
מיר וועלן ממשיך זיין דעם באריכט וואו מיר האבן געהאלטן דעם ערשטן טאג נאכמיטאג. צו מנחה איז מען זיך צאמגעקומען אין בית המדרש, און דער ראש ישיבה האט פארגעליינט דעם שטר התנאים צווישן מנחה און מעריב, אזוי ווי דער מנהג איז. דערנאך האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון זיין ביים הייליגן רבי'ן די דריי צייטן פונעם יאר: ראש השנה, שבת חנוכה און יום טוב שבועות; וואס דער רבי האט געזאגט אז ווער עס וועט זיין ביי אים די דריי צייטן, וועט ער ארויסנעמען פון עולם התוהו.
כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה, דער צווייטער טאג שבועות שבת קודש איז אויך דורך מיט א גרויסער דערהויבענקייט. דאס דאווענען פונעם ראש ישיבה שליט"א האט אפגעקלינגען אינעם גאנצן היכל, און אלע האבן זיך גוט אויסגעבעטן צו האבן א קשר מיט די תורה א גאנץ יאר — נישט נאר שבועות אינטערן טלית.
ביים קידוש נאכ'ן דאווענען האט מען פארגעלערנט דעם סוף פון די מעשה פונעם בעל תפילה, וואס האט ממאס געווען אין געלט. דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט איבער דעם וואס מען זעט אז עס זענען דא אזעלכע וואס כאטש זיי זענען באמת ערליכע אידן, דאך קען מען נאר ביים הייליגן רבי'ן זוכה זיין צו ווערן ריין פון די תאוות ממון. דער ראש ישיבה האט דערציילט: "איין טאג האב איך געדאווענעט אין א שול נעבן מיין הויז אין וויליאמסבורג, און איך האב געהערט ווי עטליכע אינגעלייט שמועסן דארט וועגן דעם ברסלב'ער שטעטל. איינער האט געזאגט אז ער איז געווען דארט אין שול און אלעס איז זייער שיין, אבער ער האט דארט געזען אן אינטערעסאנטן מענטש וואס טאנצט זיך אזוי אונטער ביים דאווענען, און ער האט געפרעגט ווער דאס איז און וואס זיין מעשה איז." האט זיך איינער פון דעם ראש ישיבה'ס קינדער אנגערופן: "יענער האט געלט!" האט יענער געענטפערט: "אזוי? א שאד איך האב דאס נישט געוויסט!..." דער הייליגער רבי האט דעם כח דאס אויסצורייסן פון אונז און אונז צו ווייזן וואס עס איז באמת חשוב; לערנען יעדן טאג די שיעורים איז חשוב, און רעדן צום אייבערשטן איז חשוב.
ביי נעילת החג, וואס איז געפראוועט געווארן אינאיינעם מיט שלש סעודות, האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט די כתובה. דערנאך האט מען געזונגען ניגוני שבועות, און דערנאך האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט שיחות הר"ן סימן צ"א, "סגולה להתמדת התורה" – נישט צו רעדן אויף קיין שום איד, ווייל יעדער איד איז אן אות אין די תורה, און אויב איין אות פעלט אדער איז נישט געשריבן כהוגן, איז די גאנצע תורה פסול. אזוי אויך דארף מען וויסן אז דו אליין ביסט דאך אויך אן אות אין די תורה, ממילא טאר מען אויף זיך אליין אויך נישט רעדן און זיך נישט אראפקלאפן. דער ראש ישיבה האט זיך אנגערופן: "איך האב פאר דיר א גוטע 'פאדקעסט' צו קוקן: מאך דיר א שיעור אין מדרש רבה; דו מוזט עס זען, איך זאג דיר דו וועסט הנאה האבן." אויך האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט פונעם וויכטיגקייט פון קומען דאווענען אין שול שחרית, מנחה און מעריב, וואס נאר דורך דעם האט מען הצלחה. אזוי אויך דארף מען אהיימגיין צו די ווייב און קינדער נאך פינף אדער זעקס אזייגער.
מוצאי יום טוב האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ פאר אריבער א שעה, זינגענדיג דעם פרייליכן ניגון "תורת ה' תמימה משיבת נפש". אלע האבן זיך געפריידט און געטאנצן אויף די זכיה צו האבן אזא לעכטיגע ווינקל, וואס מען לערנט מיט אונז אזעלכע גוטע און ניצבארע עצות פארן לעבן.
תורת ה' תמימה משיבת נפש.