הנהלה גייט ארויס שטארק מחוזק נאך א פראדוקטיווע מיטינג מיטן ראש ישיבה שליט"א
ד חשון תשפ"ד 📝
פארגאנגענעם דאנערשטאג האט דער ראש ישיבה פאררופן א הנהלה מיטינג, כדי איבערצושמועסן און איבערגעגאנגען וויכטיגע פלענער פארן עתיד פון די קהילה.
צוערשט איז מען איבערגעגאנגען די פארשידענע פלענער איבער פרישע בנינים פאר די תלמוד תורה אין שטעטל, ווייל די וואוקס פון די חדר און סקול מערט זיך שנעל קע”ה, און מען האט שוין נישט קיין פלאץ פאר פרישע קינדער וואס קומען אריין יעדע שטיק צייט אינעם מוסד. מען איז איבערגעגאנגען אלע אפציעס וואו און ווען מען זאל בויען, אדער גאר קויפן א בנין, און ווי גרויס די בנין דארף זיין, וויפיל קלאס צימערן, די לאנטש רום און אזוי ווייטער.
עס איז כדאי אנצומערקן א געוואלדיגע שינוי לטובה וואס איז געווארן אינעם תלמוד תורה ווען דער מנהל מו”ה מרדכי אינדיג שליט”א האט זיך ארויסגעצויגן אין שטעטל, און איבערגענומען דאס פירן די חדר מיטן גאנצן שטארקייט, אזוי אויך האט ער איבערגעגעבן פאר אנדערע צו פירן די אנדערע פראיעקטן וואס האט אים אוועק גענומען צייט, צום ביישפיל די קול ברסלב האטליין און די באוואוסטע ‘גליון היכל הקודש’, כדי ער זאל האבן מער צייט קאפ און מח פאר די טייערע קינדער, און זיכער מאכן אז יעדן קינד איז מצליח, וואס דאס איז ביים ראש ישיבה די וויכטיגסטע זאך און די שווארץ אפעל פונעם אויג. און אויב עלטערן האבן א פראבלעם אינעם חדר קען מען זיך שטענדיג מעלדן צום מנהל שליט”א, און ער וועט בעז"ה קעיר נעמען, דער ראש ישיבה זאגט אלץ אז עס איז קיינמאל כדאי צו רעדן מיט אנדערע אויב מען האט א פראבלעם פראבלעם אינערהאלב די מוסד, בפרט ווען מען ווייסט אז דער מנהל איז אלעמאל גרייט אויסצוהערן און פאררעכטן.
דער ראש ישיבה האט מחזק געווען ביים מיטינג אז מען זאל אויספאלגן אלע געזעצן פון די שטאט ווען עס קומט צו בויען, און נישט זוכן אויסצושפילן, דער ראש ישיבה האט פארציילט אז אויף די פלאשינג גאס אין וויליאמסבורג איז יארן צוריק געווען א קליין וואסערל, וואס מען האט ביים בויען דארט געמיינט אז מען האט עס באזייטיגט, אבער יעצט ביים גרויסן רעגן ערב סוכות איז עס גאר שטארק צוריק ארויפגעקומען, און אסאך אידן האבן ליידער געהאט אסאך שאדן.
אויך האט מען דיסקוסירט איבער ווען מען זאל אנהייבן צו באקן אין די מצה בעקעריי היי יאר, און אזוי וויפיל ארבעטערס מען דארף דארט האבן, צוליב וואס פאריאר איז נישט געווען גענוג מצות פאר אלעמען.
מען האט איבערגעשמועסט די פראבלעם אז יעצט זענען די מארגעדזש ראטעס זייער הויעך, און עס איז זייער שווער פאר אינגעלייט צו קויפן הייזער, מען איז איבערגעגאנגען עטליכע אפציעס, דער ראש ישיבה געזאגט אז אפשר זאל מען מאכן אזוי ווי ביי די אונגרישע הייזער אין מאה שערים, מען האט דעמאלט געדארפט הייזער פאר די כולל אינגעלייט אין ירושלים, האט מען גענומען א געגענט פול מיט ביימער וואס עס האבן זיך געדרייט דארט אסאך חיות. דער פילאנטראפ ר’ משה מאנטיפיורי האט דאס מנדב געווען. דאס איז די סיבה פארוואס מען האט דארט געבויעט א חצר וואס פירט אריין צו א אנדערע חצר איינס אינעם צווייטן, כדי עס זאל זיין אפגעהיטן פון די חיות וואס האבן זיך געדרייט דארט, אויך איז דארט געווארן א תקנה אז די הייזער גייען אריבער צו די קינדער און אזוי ווייטער.
מען האט דארט גערעדט נאך פילע זאכן וואס מיר דא נאר אנרירן אויפן שפיץ גאפל, ווי אז מען גייט ווייטער בית החיים, וויאזוי מ'קען העלפן אינגעלייט מיט דזשאב און פרנסה, איבער די נייע ישיבה קטנה, די נייע מקוה טהרה וואס מ'קויפט אין די נייע ווילעדזש, וויאזוי מ'קען פארבעסערן די טראנספארטיעשאן אין חדר/סקול, וואס מ'דארף נאך טון פארן קימפעטארין היים וואס ווערט בעז"ה פארטיג בקרוב, איבער די קיאסק און באזאר. און נאך.
אין דעם געלענגהייט טוען מיר זיך באדאנקען פארן ראש ישיבה מיט די געטרייע הנהלה וואס ארבעטן טאג און נאכט אז די קהילה און די הייליגע מוסד זאל זיך בויען אויפן שענסטן און בעסטן אופן וואס איז נאר שייך, עס זאל זיין גוט פאר אונז און די קינדער, אז מיר זאלן קענען דינען דעם אייבערשטן אויף די וועג וואס דער רבי לערנט אונז. דער אייבערשטער זאל זיי באצאלן מיט אלעס גוטס.
עס איז וויכטיגע צו באמערקן וואס דער ראש ישיבה זאגט שטענדיג “אין שטעטל וועלן נאך זיין טויזענטער משפחות, אבער נאר אויב מען וועט זיך ליב האבן וועט מען קענען מצליח זיין”.