אין א פרישע פרייליכע בשורה הערט מען איבער א נייעם בנין וואס די הנהלה פונעם ברסלב'ן שטעטל ארבעט אפצוקויפן פאר די הייליגע מוסדות.
 
עס האט זיך אנגעהויבן ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן די הנהלה זיי זאלן אריינקוקן צו זען אויב עס איז דא א מעגליכקייט אפצוקויפן דעם גרויסן און פעסטן פינף-שטאקיגן בנין אויף טשעסטנאט סטריט וואס שטייט הארט נעבן דעם בנין המוסדות, כדי צו האבן פלאץ פאר די פרישע קלאסן וואס עפענען זיך כסדר יעדעס יאר ברוך השם, סיי ביי די אינגלעך און סיי ביי די מיידלעך.
 
ווען דער חבר הנהלה מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו האט אנגעהויבן אריינצוקוקן דערין, האט ער זיך געזען שטיין פאר א וואנט; ער האט נישט געקענט דערגיין ווער דער אייגענטימער דערפון איז, און צי עס איז בכלל דא א רעדע איבער עס אפצוקויפן. בפרט היות דער בנין זעט אויס צו זיין געדעקט מיט הכנסות פון די פילע טענענטס וואס וואוינען דארט, איז נישט געווען קיין עכטע סיבה צו טראכטן פארוואס מען זאל עס וועלן פארקויפן.
 
נאכן בעטן דעם אייבערשטן, איז ער געוואר געווארן אז דער בעל הבית וואוינט גאר אין כינע, אבער מען איז ווידער געבליבן שטעקן זוכן מער אינפארמאציע איבער אים אן ערפאלג.
 
אזוי איז דורך א שטיק צייט, ביז איין שיינעם טאג - אזוי בהשגחה פרטית - האט ר' מנחם באמערקט אז דער בנין איז גאר אויפן מארקעט, און מען זוכט א קונה וואס זאל עס אפקויפן.
 
ער האט תיכף גערופן דעם אנגעגעבענעם נומער זאגנדיג אז ער איז א פאטענציאלער קונה. זיי האבן איבערגעגעבן דעם פרייז, און מען האט אנגעהויבן אנגרייטן א קאנטראקט כדי צו קענען שליסן דעם געשעפט ווי אמשנעלסטן. אבער נאך בלויז עטליכע טעג האבן זיי צוריקגערופן זאגן אז עס איז אפירגעקומען א פרישע קונה וואס וויל אפקויפן דעם בנין, דערפאר גייט די פרייז ארויף מיט נאך הונדערט טויזנט דאלער. בלית ברירה האט מען אונטערגעשריבן דעם קאנטראקט פארן העכערן סכום, נאך איידער עס וועט ארויפגיין נאך מער.
 
דא קומען מיר אן צו וואו מיר האלטן יעצט: די מעשה האלט ביי דעם פונקט אז מען דארף שאפן דעם גאנצן סכום אפצוקויפן דעם בנין, וואס דער פרייז דערפון באטרעפט א סך הכל פון צוויי מיליאן דאלער.
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט געשטעלט אונזער אלעמען באקאנטן עסקן מו"ה אהרן פיש הי"ו צו שאפן דעם סכום, און אזוי האפט מען צו שליסן דעם מקח קומענדיגע וואך. רופט יעצט צו מנדב זיין א באדייטנדן סכום אדער בארגן א סכום געלט פאר אונזערע קינדער: 347-889-9892.
 
פאר ווער עס איז אינטערעסירט אריינצוגראבן אביסל טיפער, וועלן מיר דא ברענגען אביסל היסטאריע פון אט דעם בנין.
 
אינעם פארגאנגענעם יום טוב פסח "בלעטל" איז געווען באשריבן אביסל היסטאריע פון ליבערטי פון א אידישן שטאנדפונקט. אסאך פון די גרעסטע און סוקסעספולסטע זומער-האטעלן אין די קעטסקילס צווישן די יארן תר"נ און תרע"ה (1890-1915 למספרם), האבן זיך געפונען אין און ארום דעם שטעטל ליבערטי.
 
קיין איינע פון די אלע האטעלן פון יענע צייטן האבן נישט זוכה געווען איבערצולעבן: דער "סוואנאנא" האטעל האט אפגעברענט אין יאר תרע"ב (1912), דער "וואוואנדא" האטעל אין תרע"ד (1914), און דער "יע לאנקאשיר" האטעל איז פארברענט געווארן אין יאר תר"פ (1920).
 
אויסער איין באקאנטער רעזארט אין ליבערטי וואס האט נישט נאר איבערגעלעבט, נאר איז געווארן איינע פון די מערסט בארימטע נעמען אין דעם גאנצן געגנט. דאס איז געווען דער "האל האוז" (Hall House), וואס איז שפעטער געווארן באקאנט אלס דער "האטעל לענאפע" (Hotel Lenape). און דאס איז טאקע דער בנין איבער וועלכן מיר רעדן יעצט.
 
דער "האל האוז", וועלכער איז גערופן געווארן נאך זיין אייגנטומער דזשעי. סי. האלל, האט זיך געעפנט אין יאר תר"נ אלס אן עכטער רעזארט פונעם אלטן שטייגער. אין די אנאנסן פלעגן זיי שרייבן אז דער האטעל געפינט זיך הויך אויף א בארג אינעם דארף, ארומגענומען מיט שיינע שאטנדיגע ביימער.
 
דער האטעל האט פארמאגט 50 שיינע, לופטיגע און באקוועמע צימערן. עס איז געווען באלויכטן מיט עלעקטריציטעט, וואס האט געהייסן א גאר מאדערנע זאך פאר יענע צייטן. פונעם פארטש האט מען געהאט א הערליכן פאנאראמישן בליק איבערן גאנצן ארום.
 
אבער די צייטן האבן זיך געטוישט. די פארוויילונגען וואס דער "האל האוז" האט אנגעבאטן, זענען מיט דער צייט געווארן צו פשוט און צוריקגעבליבן פאר די מער פארגעשריטענע טוריסטן פונעם נייעם 20'סטן יארהונדערט. און ווי רוב רעזארטן פון יענע צייט, האט דער האטעל אויך אנגעהויבן שטארק צו גיין בארג אראפ.
 
אבער אנדערש ווי די אנדערע, האבן די נייע אייגנטומער באוויזן דאס צו האלטן אפן; זיי האבן עס אינגאנצן איבערגעבויט און געטוישט דעם קאנצעפט. עס האט מער נישט געהייסן קיין "רעזארט", נאר פשוט א מאדערנער, שטאטישער האטעל מיטן נאמען "האטעל לענאפע".
 
די פלענער פארן נייעם האטעל זענען געווארן אנאנסירט מיט גרויס פאמפע אין די נייעס, אין יולי 1927:
 
"עס ווערט באריכטעט אומאפיציעל אז די דירעקטארן פון די 'האלל הויז קארפארעישן' פלאנירן צו טוישן דעם נאמען צו 'האטעל לענאפע'. עס הייסט אז די זאך איז שוין כמעט אפגעמאכט," האט די צייטונג געשריבן, צוגעבנדיג אז מיטן עפענען א נייע רייכע ציגעלנע געביידע, וועלן די אייגנטומער פטור ווערן פונעם אלטמאדישן טעם וואס דאס ווארט 'הויז' (House) ברענגט מיט זיך.
 
און טאקע מאנטאג, דעם 10'טן פעברואר, 1930, האט זיך די נייע געביידע געעפנט מיט גרויס פאראדע. עס איז געווען א הערליכער בנין געבויט פון רויטע ציגל אין א מאדערנעם "דזשארדזשיען" סטיל, דיזיינט דורך די באקאנטע אלבאני ארכיטעקטן "פעמבער און דעמערס" (עס פארמאגט נאך היינט די זעלבע רויטע ציגל).
 
די ערשטע געסט זענען געווען איבער 280 באטייליגטע ביי א גרויסן פאליטישן פארטיי-דינער. דער האטעל איז באצייכענט געווארן אלס "דער מערסט מאדערנער בנין אינדרויסן פון די גרויסע שטעט". ער האט פארמאגט א ריזיגן לאבי וואס איז געווען הויך גאנצע צוויי שטאק, 50 געסט-צימערן, און א גרויסן עס-זאל פאר 300 מענטשן.
 
פון יענעם טאג אן איז דער "האטעל לענאפע" געווארן דאס הארץ פונעם שטעטל ליבערטי. דארט זענען פארגעקומען די וויכטיגסטע פאליטישע דינערס, חתונות, אווענטן, קאמפיינס און אלע סארט אונטערנעמונגען, ביז ער האט צום סוף ענדגילטיג פארמאכט די טירן דעם 24'סטן יאנואר, 1970. אביסל שפעטער איז די אלטע געביידע ווידער איבערגעמאכט געווארן, דאס מאל פאר אפארטמענטס פאר עלטערע לייט וואס האבן נישט קיין גרויסע הכנסות. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל האבן כח אנצוגיין ווייטער מיט די הייליגע מוסדות, און מיר זאלן אלע קענען אויפשטעלן לעכטיגע אידישע דורות וואס פירן זיך מיט די עצות פונעם הייליגן רבי'ן.