יבנאל איז געווען דער שטאט וואו דער סמ"ך מ"ם האט פרובירט אויסצורייסן אידישקייט פון די עולים וועם זיי האבן ארויפגעברענגט פון איראן, איראק, תימן און טוניס. אבער היינט שפרודעלט דארט אידישקייט אויפן שענסטן פארנעם. דאס קומט נאכדעם וואס מוהרא"ש זי"ע האט אויפגעשטעלט אינעם שטאט א הערליכע קהילה היכל הקודש, וואס האט אויפגעהויבן די שטאט און איר פארוואנדעלט אלץ די היינט באקאנטע "יבניאל עיר ברסלב". אויך פאר איינוואוינער אויסער יבניאל, דינט דער שטאט ווי א מאגנעט, נאכדעם וואס מוהרא"ש האט באפוילן מען זאל אים באערדיגן אין שטאט, און דער הייליגער ציון איז באקאנט אלץ א מקום וואס איז מעורר צו תשובה און א פלאץ וואס איז מסוגל פאר כל מיני ישועות, בפרט פאר שידוכים.
 
אין יבנאל איז דא צוגעשטעלט אלע געברויכן וואס א אידישע קהילה דארף האבן, און אפילו אויף די גשמיות'דיגע געברויכן איז אויך דארט צוגעשטעלט פון אלעם גוטן, איינע פון די גרעסטע גראסעריס אין שטאט טראגט דעם נאמען "סופר על אם הדרך", וואס געפינט זיך אויפן הויפט שאסיי וואס לויפט דורך די שטאט און ווערט געפירט דורך צוויי ברידער, חסידי ברסלב תלמידים פון מוהרא"ש שוין פאר לאנגע יארן. די אייגענטומער זענען ערליכע אידן און פאלגן די עצות לערנען בהתמדה, שטייען ווייט פון סיי וועלכע מחלוקת און פירן הערליכע חסידישע שטובער, און פון דעם געשעפט פלעגט ארויסגיין אסאך חסד שטילערהייט, דורך שטיצן עניים ובני תורה בדרך כבוד.
 
פאר עטליכע חדשים צוריק האט דער געשעפט געליטן פון א גניבה, און ווען מען האט פרובירט צו קלעימען די אינשורענס האבן זיי נישט געוואלט דעקן פולקאם, טענה'נדיג אז עס איז נישט גענוג פארזיכערט לויט די היינטיגע רעגולאציעס, און מען דארף בעסער פארשפארן און פארמאכן אלע טירן און פענסטער. תיכף דערנאך האבן זיך די אייגענטומער גענומען דערצו און פעסט פארמאכט אלע אריינגענג צו נאכקומען די רעגולאציעס פון די אינשורענס פירמעס.
 
נעכטן מאנטאג פארנאכט האט אויסגעבראכן א פייער אינעם געשעפט, בשעת מעשה איז דארט געווען א קליין מיידל א טאכטער פון איינע פון די אייגענטומער, איינע פון די ארבייטער האט עס פרובירט אויסצולעשן מיט א פייער עקסטיגנישער, אבער האט שנעל אייגעזען אז עס גייט ארויס פון קאנטראל מען האט גערופן די פייערלעשער, וואס די נענטסטע סטאנציע געפונט זיך אין טברי' און דערווייל האט דער פייער אין געשעפט זיך געהאלטן אין איין פארשפרייטן.
 
דער טאטע פונעם מיידל האט פרובירט אריינצולויפן צו טרעפן און ראטעווען זיין טאכטער, אבער האט שנעל געמוזט ארויסגיין צוליב די געפערליכע היץ און רויך וואס איז געווען אומדערטרעגליך, דער טאטע האט געוויינט און פרובירט אריינצוטאנצן אין פענסטער אבער אלעס איז געווען פעסט פארקנאקט.
 
געלויבט דעם אויבערשטן אז נאך עטליכע מינוט האט זיך ארויסגעשטעלט אז תיכף ווען דער פייער האט אויסגעבראכן, איז דאס מיידל ארויסגעלאפן און אנגעקומען אהיים בשלום, און יעצט זאגט דער טאטע אז ער דאנקט דעם אויבערשטן אויף די גניבה, ווייל ווען ער האט געמיינט אז זיין טאכטער איז פארכאפט וואלט ער זיכער געטון אלעס וואס ער קען און אפילו אריינגעטאנצן פון פענסטער, וואס וואלט זיך לכאורה אויסגעלאזט נישט גוט.
 
מוהרא"ש האט נאך יארן צוריק געארבעט און פרובירט איינצושטעלן א וואלונטיר פייער קראפט אין יבנאל פון אנשי שלומינו, אבער איז שטארק געווארן באקעמפט פון די באצאלט פייערלעשער יוניאן וואס האט נישט געוואלט זען קיין קאמפאטישן צו זייער ארבעט, און יעצט טאקע האט זיך אנגעזען די גרויסע שאדן דערפון ווען זיי זענען אנגעקומען הערשט נאך איבער א האלבע שעה, און פארשטייט זיך עס איז שוין לאנג נישט געווען וואס צו ראטעווען, ווייל נאך צען מינוט איז דער גאנצער בנין שוין געווען איינגעהילט אין העלישע פלאמען.
 
אבער מיט'ן אויבערשטענס הילף - זאגן די אייגענטימער - וועלן זיי עס יעצט פריש אויפבויען נאך שענער און בעסער פון פריער.
 
גאר מערקווירדיג שטעלט זיך ארויס, אז פונעם בארג אש וואס איז איבערגעבליבן פון געשעפט האט מען געקענט ארויסראטעווען בלויז דריי זאכן, וואס דער פייער האט על פי נס נישט פארברענט, א ספר אשר בנחל, א בעג וואס דערין איז געווען א קונטרס פון מוהרא"ש, און א פאר תפילין. מו"ה דוד יעקב יאקאבאוויטש הי"ו פארציילט אונז אז ער האט היינט באזוכט ביים סופר ווי מען האט אריינגעגעבן די תפילין צו בודק זיין, און האט באשטעטיגט אז דער תפילין איז ארויס אומגעשעדיגט און כשר, און בלויז די רציעות זענען געווארן אביסל אפגעברענט.
 
א גרויסע יישר כח פאר מו"ה דוד יעקב יאקאבאוויטש הי"ו און מו"ה פנחס דוד לעבאוויטש הי"ו פארן העלפן מיט'ן באריכט.