העפטיגע הכנות אין אומאן לקראת ראש השנה תשפ"ז הבעל"ט
יח אלול תשפ"ו 📝
יעצט, אז מיר האלטן שוין נאך האלב חודש אלול, קען מען ממש טאפן די התרגשות אין די לופט. יעדער איינער פון אנשי שלומינו מורמלט א תפילה צום אייבערשטן מ'זאל זוכה זיין אנצוקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, איבערצוקומען אלע שוועריגקייטן און מניעות, כדי צו קענען שטיין אין די ד' אמות פונעם ציון קודש הקדשים. דאס איז דער פלאץ צווישן די הייליגע קדושים פון גזירות ת"ח ות"ט וואו דער רבי האט אויסגעקליבן צו ליגן, זאגנדיג: "דא איז גוט צו ליגן". דאס איז דער מקום המסוגל פאר ישועות, וואו דער רבי האט מבטיח געווען אז ער וועט פועל'ן פאר אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה.
אין די זעלבע צייט האבן זיך די פיזישע הכנות אין אומאן אויך געהויבן א שטאפל. ווער עס קומט נאר אריין אין אומאן אין די יעצטיגע טעג, מיינט אז ער געפינט זיך אין וויליאמסבורג אדער גאר אין ירושלים. עס טוט זיך שוין א גאנצע געפילדער; עס זענען שוין דא פילע וואס זענען שוין אנגעקומען אויף יום טוב, אבער רוב זענען די פילע איבערגעגעבענע עסקנים וואס גרייטן שוין צו די בנינים און אלע געברויכן, כדי די צענדליגער טויזנטער אידן זאלן האבן אלעס וואס זיי דארפן. מען גרייט שוין צו די צענדליגער ריזיגע בתי מדרשים, מען רוימט אלעס אויף, מען פאררעכט וואס עס פעלט זיך אויס, און מען גרייט שוין צו די מקוואות טהרה. און ווער רעדט נאך וואס טוט זיך אפ אין די קיכן, דארט טוט זיך א גערויש און א געפילדער; הונדערטער ארבעטער ארבעטן אין שיכטן, מען באקט, מען קאכט, און מען סארטירט, אז אנשי שלומינו זאלן האבן א שמחת יום טוב מיט בשר ודגים וכל מטעמים.
ביי אונז אין בנין איז גארנישט אנדערש; מ'זעט די הכנות אין יעדן ווינקל. די צימערן זענען שוין שיין מסודר און אויפגערוימט, און נעבן די קאך ליגן שוין די גאנצע הויפענעס מיט סופלייס וואס מ'האט באשטעלט: געטראנקען, מעל, צוקער, אויל, פעיפער-גודס, און אזוי ווייטער. אזוי אויך שטייט שוין דער ריזיגער "אהל הרחבת הדעת" - דאס איז דער מאסיווער טענט וואס דינט אלס "עס-זאל" פאר די קנאפע וואך וואס מ'געפינט זיך בצל הקודש, אינעם חצר פונעם הייליגן רבי'ן אין שטאט אומאן.
איינע פון די זאכן וואס זענען געטון געווארן היינט איז, אז עס איז אנגעקומען א גרויסער לאסט-אויטא אנגעפילט מיט קליינע שטיינדעלעך וואס מען האט אויסגעגאסן אינעם הויף פונעם בנין, כדי מען זאל נישט דארפן גיין אין די מאראסט אויב עס וועט רעגענען. כאטש מען האט שוין געלייגט שטיינער פאראיאר, האט מען יעצט געגאסן א פרישע שיכט, וויבאלד די פאראיעריגע שטיינער זענען שוין איינגעזאפט און אוועקגעוואשן געווארן במשך דעם יאר.
מיר ענדיגן מיט א תפילה צום אויבערשטן אז מיר זאלן זוכה זיין זיך צו זען קומענדיגע וואך ביים הייליגן רבין אין אומאן געזונטערהייט, און אויספועלן אלעס גוטס פאר זיך, פאר די גאנצע משפחה, און פאר גאנץ כלל ישראל.