אויפן בילד: דער עולם שטייט אין די רייע ערב ראש השנה תשע"ט, אינעם נייעם בנין, צו געבן פדיון נפש פאר ראש ישיבה שליט"א
יעצט אין די וואך פון ערב ראש השנה, קומען פאר אין אומאן גאר גרויסע הכנות צו אויפנעמען דעם ריזיגן ציבור פון צענדליגע טויזנטער אידן מכל קצוי תבל וואס וועלן קומען פאר איין ציל, צו באקומען דעם גרויסן תיקון וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט, און ווערן נאנט צום אייבערשטן.
אין די ריזיגע הכנסות אורחים צענטערן, און אזוי אויך אין אלע האטעטלן, און עס זאלן פון די פארשידענע קהילות קדושות, קומען יעצט פאר ריזיגע צוגרייטונגען, א גאנצן טאג קומען טרעילארס איינס נאכן אנדערן אנצופילן די סטארעדזשעס און די פריזערס מיט אלע מאכלים משקאות. אין די צענדליגע נייע בנינים וואס זענען געבויעט געווארן אין די לעצטע יאר, ארבעטן הונדערטער ארבייטער רונדע דעם זייגער 24 שעה צו פארעדיגן די לעצטע זאכן. טראקס קומען איינע נאכן צווייטן אפצולאדענען בעטן, טיש, בענק, ספרים, און אזוי ווייטער.
צום בנין פון ראש ישיבה שליט"א זענען אראפ געפארן א גרויסע צאל אינגעלייט, אנצוגרייטן דעם פלאץ פאר אלע בחורים און אינגעלייט תלמידים פון ראש ישיבה שליט"א. מען מאכט זיכער אז אלע צימערן זענען פולקאם גרייט, אלע בעטן זענען מסודר, די וואסער, די לעקטער ארבייטן גוט. מען זעט אז דער בנין זאל זיין שיין זויבער. מען גרייט צו דעם היכל הבית המדרש, מען שטעלט אויס די בענקלעך, און די טישן. אינעם בעיסמענט ווערט אריינגעלייגט גאר אסאך כחות יעצט. מען הייבט אן אנצוגרייטן דעם קאך, מען ברענגט אריין אלע געברויכן פאר די סעודות, חלות, פיש, פלייש, גרינצייג, א.א.וו. אזוי אויך פרישט מען איבער דעם גרויסן מקוה, ווי מען האט היי יאר ב"ה אינסטאלירט א סאפיטיקירטע פילטער וואס ארבעט שוין ב"ה. מען מאכט זיכער אז אלעס ארבעט בעז"ה.
דער ציבור אנשי שלומינו גרייט זיך צו אינדערהיים, יעדער פאקט זיך איין זיינע ביסל וועש, און זיינע וויכטיגע געברויכן, יעדער מאכט זיכער זיך איינצופאקן אביסל צידה לדרך, א משניות, א חומש, א קליינע טאשן גמרא, א.א.וו. און מען בעט דעם אייבערשטן אז מען זאל אנקומען בשלום, און אויסנוצן די צייט ריכטיג, און זיך אויסבעטן א גוט יאר פאר זיך פאר די משפחה, און פאר גאנץ כלל ישראל, און אהיים קומען בשלום, צו א פרישע גוטע יאר.
תחל שנה וברכתיה
 
 
וועטער אפדעיט: דערווייל איז נישט קיין גרויסע חילוק אין די וועטער שאצונגען. ווי עס זעט יעצט אויס וועט פרייטאג זיין אביסל רעגנדיג, און אויסער דעם וועט אין די נאכט שעות זיין בערך 45-50 און בייטאג 70-75. עס איז כדי מיטצוברענגען רעגן מלבושים, און א סוועטער.