העפטיגע רענאוואציעס צו פארטאפלען ביהמ"ד היכל הקודש לאנדאן
כב שבט תשפ"ג 📝
אין לאנדאן עיר הבירה גייט שוין אן פאר א לענגערע תקופה א בית המדרש היכל הקודש דער הערליכער ווינקל וואס ווי איז די "הצלה סטאנציע" פאר אלע תושבי סטעמפארד היל אין לאנדאן, ווען דער בית המדרש איז אלץ פול מיט אלע "פירסט עיד" געברויכן, עס זענען דא דארט די פילע ספרים פון מוהרא"ש זי"ע מיט וואס זיך צו כאפן דאס אטעם, און אין פאל פון א דעפרעשאן אטאטקע ח"ו קען מען דארט באקומען א זאפארטיגע "חיזוק אינדזשעקשאן" פון די פילע קונטרסים פון מוהרא"ש און דער ראש ישיבה שליט"א מיט וואס די אידן אין לאנדאן זענען זיך מחיה.
דער בית המדרש געפונט זיך אין הארץ פון די אידישע געגענט אויף 23 A סעינט ענדרוס גראָוו, ווי אנשי שלומינו קומען זיך צוזאם טעגליך און וועכענטליך. יעדן טאג אום 9:15 ווערט פארגעלערענט א געשמאקע גמרא שיעור דורך מו"ה ישראל העסקעל הי"ו, און יעדע וואך ליל שישי קומט פאר א ווארימע חבורה, ווי מען זינגט אינאיינעם ווארימע ניגונים פון בענקשאפט צום אייבערשטן, און דערנאך הערט מען זיסע ווערטער פונעם גבאי מו"ה שמואל אליעזר פערל הי"ו.
צוליב די ענגשאפט אין בית המדרש קען מען דערווייל נאכנישט דאווענען אלע דריי תפילות שבת קודש, דערווייל דאווענעט מען נאר פרייטאג צו נאכטס, און שבת נאכמיטאג קומט מען זיך צוזאם נאך מנחה צו א געשמאקע ווארימע שלש סעודות בשבת אחים, ווי מען זינגט צוזאמען זמירות פון שלש סעדות, און דערנאך הערט מען עטליכע געשמאקע דברי חיזוק געבויט אויף די ווערטער פון הייליגן רבין פונעם גבאי מו"ה שמואל אליעזר פערל הי"ו.
יעצט האבן די געטרייע גבאים באשלאסן אז איז בהכרח צו פארברייטערן דעם בית המדרש, און אזוי ארום וועט מען בעז"ה אויך קענען פארברייטערן די אקטיוויטעטן אין בית המדרש, מען האט זיך שוין ב"ה גענומען צו די ארבעט, און אויפגעבראכן דעם וואנט, און מיטן אייבערשטנס הילף וועט מען פארגרעסערן דעם בית המדרש צו דאפלט די מאס פון ביז יעצט.
אזוי ווי די הוצאות פון רענאווירן דעם בית המדרש ציעט אריין אין גרויסע הוצאות, איז יעצט דא די געלעגענהייט פאר אנשי שלומינו בכל מקומות מושבותיהם צו צוהעלפן אונזערע ברודער אין לאנדאן, און אפקויפן זכותים אינעם נייעם בית המדרש. ווער עס וויל האבן די זכיה קען רופן מו"ה שמחה בלאק הי"ו אויף 447388582855 +. און מיט דעם האבן א חלק אינעם הייליגן בית מקדש מעט אין שטאט לאנדאן.
ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם