אנשי שלומינו האבן א שטארקע הכרת הטוב פאר'ן רב הרה"ג ר' חיים קלמן קליין שליט"א, פארן שטיין שטענדיג צוהילף ווי אימער ער האט געקענט, צוערשט מיט'ן ערלויבן דעם בית המדרש היכל הקודש אויף פרעמישלאן צו נוצן זיין בעיסמענט שבת קודש און ווען מען האט געדארפט פארן געברויך פון די עזרת נשים וכדומה, און די לעצטע יארן ווען די חדר האט זיך אויסגעברייטערט, האט ער געגעבן רשות בחפץ לב אז איינע פון די חדרים זאלן זיך אריינצוען אין זיין גרויסן צימער וואס געהערט צו אים, דאס אלעס האט דער רב געטון בסבר פנים יפות, און קיין שום פאמפע בלי שום תשלום גמול. די אלע זכותים וואס קומען ארויס פונעם בית המדרש, די תפילות פון אידישע קינדער פון די נשים צדקניות, און בפרט די ריינע תורה ותפילה פון די תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא וועט אלעס גיין אויפן קאנטע פונעם חשובן רב שליט"א, און דער אויבערשטער וועט אים עס זיכער באצאלן מיט רב נחת דקדושה און אלעס וואס ער דארף.
 
דער רב שליט"א איז וואויל באקאנט פאר פילע קהילות דאהי אין אמעריקע, ווי דער רב שטייט צוהילף, בפרט ווען עס קומט צו מקוואות, איז דער רב שליט"א דער יחיד מומחה וואס צענדליגע קהילות האבן שוין נהנה געווען פונעם רב בעצה ותושיה, זייענדיג אויסגעקאכט אין די הלכות דורך און דורך, אזוי אויך האט ער צענדליגע יארן אומפארגלייכבארע עקספיריענס אין פראקטיק אין דעם נושא, וואס דער רב קומט אראפ און העלפט בויען טהרה ביי אידישע קינדער.


אויך דא אין היכל הקודש האט שוין גאר אסאך געהאלפן, צו ערשט ביים ערשטן מקוה טהרה אין בית המדרש עצתו אמונה ביי הר"ר יואל שניטצלער, ווי ער האט געהאלפן אויפשטעלן און בויען די מקוה טהרה אז עס זאל זיין אויסגעהאלטן און פראקטיש צו בעסטן אופן, דער רב האט זיך פארבינדן מיט וויזניצער דיין שליט"א פון גיבערס און מיט הרה"ג ר' איטשע טריגער שליט"א זאלן פרעזענליך אראפקומען און באגלייטן די ארבעט אז אלעס זאל זיין געבויט מיט אלע חומרות און הידורים פון בור על גבי בור, און בור דברי חיים און אזוי ווייטער.
 
די זעלבע האט זיך אויסגעשטעלט ביים מקוה טהרה וואס מען האט געבויעט אויף האשקי, איז דער רב שליט"א געשטאנען צו די קהילה צו די רעטכע האנט און ארויסגעהאלפן מיט אלעם וואס עס האט אויסגעפעלט, און אלעס איז געווען בלי שום תשלום גמול.
 
און בפרט לעצטענס ווען די שטעטל האט זיך אויסעשפרייט צו די פרישע געגענט אינעם ווילעדזש, האט ער געהאלפן און צושטאנד געברענגט אז די קהלה זאל באקומען דארט די בעלות אויף די ביז יעצטיגע מקוה טהרה וואס פלעגט גענוצט ווערן דורך די טויזנטער זומער איינוואוינער במשך די זומער, און יעצט איז עס מיט זיין הילף אריבער צו די קהלה, ווי עס וועט גענוצט ווערן במשך דעם גאנצן יאר בעזרת השם יתברך. אזוי אויך האט ער געשאפן א נדבן וואס האט אויסגעצאלט דאס גראבן פרישע קוועלער ביי די אלע מקוואות וואס מען האט געבויעט כדי די מקוואות זאלן זיין דאס מערסטע מהודר וואס איז שייך.
 
יעצט איז דער רב אראפ געקומען אין שטעטל כדי איבערצוגיין מיטן דיין שליט"א אלע פראקטישע און הלכהדיגע ענינים פון די מקוואות, און זען מיט די אייגענע אויגן וויאזוי זאכן האבן זיך אויסגעארבעט און וויאזוי עס ווערט געפירט למעשה.
 
דער רב איז קודם אנגעקומען אין בית המדרש אויף האשקי וואו די כולל זיצט און לערנט בהתמדה, און איז געגאנגען מיטן דיין אינאיינעם זען די מקוה טהרה אויף האשקי, זיי זענען דורכגעגאנגען אלע פרטים און פרטי פרטים פון די מקוה. דער רב שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט מיט גרויס התפעלות ווי גוט שיין פראקטיש און מהודר די מקוה איז אהערגעשטעלט געווארן.
 
דערנאך איז מען אינאיינעם אריבערגעגאנגען צום בית המדרש אשר בנחל, ווי מען האט באזוכט די שול און די מקוה וואס מ'האט נארוואס געענדיגט בויען, און מען איז דורכגעגאגען מיטן דיין שליט"א וויאזוי צו מסדר זיין די בעסטע וועג מ'זאל קענען האבן מי גשמים. פון דארט איז מען אריבער צום געגאנגען צום בית המדרש עצתו אמונה, צו באטראכט די שול און די מקוה טהרה.
 
דערנאך האט דער רב געכאפט א בליק אין די ישיבה קטנה, ווי ער האט זיך אומגעקוט ווי די בחורים לערנען פלייסיג, פון וואס דער רב האט זייער הנאה געהאט.
 
דערנאך איז מען אריבער צו די נייע מקוה טהרה אין די ווילידזש וואס דער רב האט געהאלפן שאפן פאר די קהלה, ווי מען איז דורכגעגאנגען מיטן דיין וויאזוי אלעס איז דארט אהערגעשלטעט, און מען איז דורך אלע פרטים וויאזוי מען דארף זיך אומגיין דערמיט.
 
פון דארט האט מען געמאכט א קורצע באזוך אין די מצה בעקעריי, איינע פון די פילע מקצועות אויף וואס דער האט אסאך ערפארונג, זייענדיג עוסק אין פירן א מצה בעקעריי שוין פאר לאנגע יארן. דער רב האט אלעס באטראכט, און געזאגט אז ער האט זייער הנאה צו זען ווי גוט אלעס איז אוועק געשטעלט, אז עס זאל זיין דאס בעסטע סיי הלכה'דיג און סיי פראקטיש.
 
דער רב האט ארויסגענומען פארן דיין א נייע סארט וועלגערער וואס איז לעצטענס ערפינדן געווארן געמאכט פון מארמארשטיין, און עס האט זיך אנטוויקעלט א שיינע תורה'דיגע שמועס איבער די פילע פרטי הלכות פון באקן מצות, מען האט דורכגעשמוסט די מעלות פון ביידע סארט וועלגערערס, און די צדדים לכאן ולכאן וועלכע מען זאל ענדערש נוצן, צי מ'זאל בלייבן ביים ביז יעצטיגן סיסטעם וואס האט זיך זיינע מעלות, אדער איז ענדערש מ'זאל עס איינטוישן צום נייעם סארט וואס איז געמאכט פון שטיין וואס האט פילע מעלות להלכה. צום ביישפיל עס איז גרינג צו וואשן, עס וועגט עס מער און דערפאר איז גרינגער צו וועלגערן דערמיט, אויך וויבאלד עס איז שטיין בלייבט עס קאלט - א שטארקע מעלה להלכה.
 
די באזוך פונעם רב איז געווען א געוואלדיגע תועלת פאר די פילע מקוואות און אנדערע פראיעקטן וואס די קהלה האלט אינמיטן בויען.