ווי שוין באריכטע פאריגע וואך האט זיך דער ראש ישיבה אריבער געכאפט קיין ארץ ישראל אויף א קורצע באזוך, וואס אין די יעצטיגע מאמענטן, איז עס שוין געקומען צו אן ענדע, מיר וועלן מיט קורצע ווערטער אביסל באשרייבן א שטיקל באריכט וואס דארט איז פארגעקומען.
 
ווי געזאגט האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעלאזט פארלאפענעם מיטוואך נאכט פרשת שמות, און איז אנגעקומען דאנערשטאג קיין ארץ ישראל. דער ראש ישיבה איז נאך דאנערשטאג נאכט געווען ביים ציון פון רבי מאיר בעל הנס אין טברי', און אויך אין יבנאל ביים הייליגן ציון פון מוהרא"ש זי"ע, און דערנאך איז דער ראש ישיבה צוגעפארן קיין מירון צו זיך אויסבעטן ביים ציון פון הייליגן תנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי, בפרט יעצט וואס איז די ערשטע ליל ששי פון שובבי"ם וואס איז גאר א געוואלדיגע מסוגל'דיגע צייט פאר ישועות און פאר תיקון המעשים. אויך איז דער ראש ישיבה צוגעגאנגען צום ציון פון זיין גרויסן זיידן קארלסבורגער רב זי"ע און ביים ציון פון יוחנן הסנדלר.
 
ערב שבת קודש האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט שחרית צוזאמען מיט אנשי שלומינו אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים, און דערנאך האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיעור, עטליכע קינדער זענען ארויף געקומען מאכן סיומים, פון וואס דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט.
 
אזוי ווי מען האט זיך געגרייט אויף א גרויסער עולם געסט וואס וועלן קומען מיטהאלטן דעם דערהויבענעם שבת, האט מען ארויסגענומען אלע טישן פון בית המדרש, און מ'האט אנגעפילט דעם בית המדרש מיט פילע בענק צו אקאמדירן דעם ערווארטעטן ציבור.
 
צו מנחה ערב שבת קודש איז צוגעגאנגען דער גבאי מו"ה שמעון עוזר פערל הי"ו, אויף קבלת שבת האט מען געהאט די זכי' צו הערן דעם ראש ישיבה דאווענען, עס האט אריינגעבלאזן א געוואלדיגע פרישקייט און א געשמאק אין אלע מתפללים, די קינדער זענען געזיצן ארום דעם ראש ישיבה און מיטגעדאווענט מיט די גאנצע חיות. 
 
נאכן דאווענען איז מען דורכגעגאנגען וואונטשן גוט שבת פארן ראש ישיבה שליט"א. עס האט זיך דערקענט פילע געסט פון גאנץ ארץ ישראל, מען האט געזען פילע אנשי שלומינו פון יבנאל, בני ברק, טברי', ברכפלד און נאך, איז אויך איז געווען א גרופע בחורים מעדות המזרח וואס זענען געקומען מיטהאלטן דעם שבת.
 
נאכן וואונטשן גוט שבת האט מען אהיים באגלייט דעם ראש ישיבה צום שטוב, אויפן וועג האט דער ראש ישיבה מחזק געווען די בחורים אז זיי זאלן זיך נישט זארגן פאר זייער שידוך, דער אייבערשטער וועט העלפן.
 
צום סעודה זענען געווען געלאנדעט די טייערע מפיצים וואס גייען ארום טיילן קונטרסים ביי די הייזער, וואס דאס איז די חשוב'סטע זאך ביים ראש ישיבה. איינער האט געפרעגט ביי די סעודה אויב מען לאזט גיין הפצה אין די ישיבות, האט דער ראש ישיבה אים צוריק געפרעגט "אין די ישיבות לאזט מען האבן סמארט פאונס"? 
 
דער מנהל מו"ה אברהם משה שטראססער שליט"א האט געגעסן דארט די סעודה, און דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די בחורים "דער מנהל איז געווען מיין חבר זיך צו  מחזק זיין אין עבודת השם אנפאנג ווען מיר זענען מקורב געווארן. דאס איז זייער א וויכטיגע זאך צו האבן."
 
דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר א בחור ער זאל נישט קומען לערנען אין ישיבה, כדי ער זאל קענען ווייטער עוסק זיין אין הפצה אין ארץ ישראל, האט דער בחור געפרעגט "אפשר דארף איך קודם קוקן אויף מיר?", האט דער ראש ישיבה געזאגט "נו, גיין הפצה טוסטו פאר דיר!"
 
די משתתפים ביים סעודה האבן פארציילט זייערע מעשיות פון הפצה פון וואס דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט.
 
נאכן סעודה איז מען צוריק געקומען אין בית המדרש צום באטע, צוליב די געדרענג פון די פולע אידן וואס זענען געקומען פון אלע עקן שטאט האט מען אויסגעטיילט קארטלעך פאר שבת, וואס מיט דעם קארטל האט מען געקענט אריינקומען צום באטע. מען האט געזונגען צוזאמען זמירות שבת קודש, אויך אביסל אידישע ניגוני תשובה, דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט וועגן די הייליגע שובבי"ם טעג, דער ראש ישיבה האט געזאגט א ווארט וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן "דער פסוק זאגט אז דער אייבערשטער האט געציילט די אידן פאר מתן תורה, און רש"י לייגט צו אז ווייל דער אייבערשטער האט ליב די אידן ציילט ער זיי, פארוואס דייקא פאר מתן תורה? נאר כדי צו קענען מקבל זיין די תורה דארף א איד קודם וויסן אז דער אייבערשטער האט מיר ליב, און מיט די יסוד קען מען שוין מקבל זיין די תורה, אזוי אויך אין פרשת שמות דערמאנט אויך די תורה אז מען האט געציילט די אידן וועגן די ליבשאפט פונעם אייבערשטן צו אידן, ווייל מען גייט יעצט אריין אין די הייליגע שובבי"ם טעג דארף א איד אויך האבן דעם כלל אז דער אייבערשטער האט מיר ליב, אזוי קען מען שוין גרינגער דינען דעם אייבערשטן, און דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט אז תיקון שובבי"ם איז נישט נאר אז מען לערנט פינף שעה רציפות, נישט יעדער קען דאס באווייזן, נאר אז מען טוט אביסל פארן אייבערשטן איז דאס זייער חשוב, אויך האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט פון כיבוד אב ואם, און אויך מעורר געווען וועגן האבן שלום אין שטוב, וואס דאס איז א יסוד ביים הייליגן רבי'ן".
 
נאכן באטע האט מען באגלייט דעם ראש ישיבה און דער ראש ישיבה האט זיך אנגערופן "באגלייטס מיר נישט. איך בין נישט קיין רבי!", מארגן וועל איך זיין אם ירצה השם אין בית המדרש.
 
שבת אינדערפרי איז דער ראש ישיבה אנגעקומען אין בית המדרש בערך אכט אזייגער, דער ראש ישיבה האט זיך געזעצט אויף זיין פלאץ לערנען גמרא פארן דאווענען, שפעטער איז דער ראש ישיבה ארויף צום הפצה שטיבל און געשמועסט דארט א שטיק צייט וועגן די חשיבות פון הפצה.
 
דערנאך איז דער ראש ישיבה צוריק אראפ צום בית המדרש און געגעבן א שיעור אין לשון הקודש פאר די אידן וואס פארשטייען נאר דעם שפראך, דער ראש ישיבה האט גערעדט פון דעם וואס שטייט אז די אידן האבן געוויסט אז דער אויסלייזער פון די אידן אין מצרים וועט קומען זאגן די ווערטער "פקוד פקדתי", האט דער ראש ישיבה געפרעגט דאס קען דאך יעדער קומען זאגן? אבער די מציאות איז אז נישט. יעדער קומט און איז מחזק כלל ישראל,  משה רבינו איז געקומען און אויפגעהויבן כלל ישראל, אזוי אויך זעט מען היינט אז דער הייליגער רבי האט אזאנע דיבורים וואס איז מחזק אידישע קינדער אין יעדן מצב וואס מען איז נאר.
 
דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאווענען שחרית, דער גבאי פון ביהמ"ד היכל הקודש בני ברק מו"ה אבא חייא רייזמאן הי"ו האט געדאווענט פארן עמוד פסוקי דזמרה, צו שחרית האט מען געהאט די זכי' צו הערן דעם ראש ישיבה דאווענען, ביי ממקומך האט דער ראש ישיבה געזינגען גאר א ווארימע ניגון וואס האט געעפענט די הערצער פון אלע מתפללים, מוסף האט געדאווענט מו"ה משה שמואל שטעסל הי"ו.
 
ביי סיפורי מעשיות האט דער ראש ישיבה גאר שטארק ארום גערעדט פון שלום בית אז פון איין זייט זאל מען זיך נישט קריגן און טענה'ן אין שטוב, אבער פון די אנדערע זייט זאל מען אויך נישט זיין א שמאטע, אויך וויל מען עפעס א געוויסע זאך וואס די ווייב וויל נישט, דארף מען זיך נישט אויגעבן ווייל די ווייב האט איינמאל געזאגט ניין, מען קען דעם קומענדיגן טאג נאכאמאל שיין רעדן דערפון און אויסשמועסן אויב היינט וויל זי שוין יא. 
 
ביים סעודה שבת אינדערפרי האט איינער געפרעגט דעם ראש ישיבה וואס ער זאל זיך פארנעמען לכבוד זיין יום הולדת, האט דער ראש ישיבה געזאגט ער זאל זיך פארנעמען צו זיין פרייליך און שטענדיג דאנקען דעם אייבערשטן.
 
שפעטער האט יעדער ביים טיש געזאגט א שיחה פון הייליגן רבי'ן וואס ער האט געדענקט, אויך האבן די קינדער וואס זענען געווען ביים טיש פארציילט שיינע מעשיות פון תפילה.
 
פון די פריע נאכמיטאג שעות האט זיך שוין דער בית המדרש אנגהויבן אנצופילן, מען האט געזען ווי אנשי שלומינו נוצן אויס די צייט, דער מיט זיין תהלים'ל, דער מיט א משניות'ל, דער מיט א גמרא, א בית נצחי, אלע האבן געווארט מיט גרויס שפאנונג צו קענען מיטהאלטן א שלש סעודת מיטן ראש ישיבה שליט"א. די גבאים האבן צוגעגרייט די שלש סעודות, די חלות, די סאלאטן וכו' נאך פאר מנחה, כדי אלע זאלן קענען אניאגן זיך צו וואשן און עסן שלש סעודות, וויבאלד עס וואלט נישט מעגליך געווען אזא גרויסע ציבור זאל זיך קענען וואשן נאך מנחה.
 
דער ראש ישיבה איז אריינגעקומען אין בית המדרש בערך א פערטל צו פינף, צו מנחה איז צוגעגאנגען מו"ה משה רעכניצער הי"ו, נאך מנחה האט מען צוגעגרייט פארן ראש ישיבה א טעפל מיט א שיסל זיך צו וואשן, אבער דער ראש ישיבה איז זיך געגאנגען וואשן ביים סינק. 
 
ביי שלש סעודות איז געווען א שטארקע געדרענג, אלע זענען אבער געווען פרייליך און געדאנקט דעם אייבערשטן אז מען קען קומען מיטהאלטן א שלש סעודות ביים ראש ישיבה. נאך קוים 2-3 מינוט האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן זינגען זמירות שלש סעודות, וואס מען האט געזונגען מיט גרויס ווארימקייט, דערנאך האט מען געזונגען עטליכע ווארימע אידישע ניגונים, און נאכדעם האט דער ראש ישיבה גערעדט פייערדיגע ווערטער איבער די תיקון פון די הייליגע שובבי"ם טעג, דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז דער עיקר תיקון שובבי"ם קומט דורך לימוד התורה, און יעדער קען לערנען תורה, מיר האבן באקומען פון הייליגן רבין א זיסער סדר דרך הלימוד. דער ראש ישיבה האט נאכגעזאגט א ווארט פון הייליגן רבין (ליקוטי מוהר"ן ח"א, סימן י"א), חז"ל זאגן (מנחת פה ע"א) אין אז די כישוף-מאכערס האבן געפרעגט משה רבינו "תבן אתה מכניס לעפריים?" דו וויסלט ווייזן וואס דו קענסט צווישן די גרעסטע מכשפים. האט זיי משה רבינו געענטפערט "אמרי אינשי למתא ירקא ירקא שקול", אז דארט ווי דער יריד איז פון גרינצייג, דארט וועסטו קענען גוט פארקויפן דיינע גרינצייג. האט דער רבי געטייטשט זיי האבן געפרעגט "תבן אתה מכניס לעפריים"? תבן איז פון לשון "תבונה", און "עפרים" מיינט "עפר", דו וויסלט אויסלייזן די אידן, וואס זענען אין אזא נידעריגע מצב פון "עפר" און אין זיי אריינגברענגען "תבנות התורה"?, האט זיי משה רבינו געענטפערט "אמרי אינשי" דורכדעם וואס א מענטש זאגט, ער זאגט תורה, ער רעדט צום אייבערשטן, "ירקא" זאגט דער רבי מיינט תשובה, דורכדעם וואס א מענטש זאגט, וועט ער זוכה זיין צו תשובה.
 
דער ראש ישיבה האט שטארק מעורר געווען מען זאל נוצן דעם זיסן עצה פון הייליגן רבין פון "אמרי אינשי" א איד זאל זאגן און זאגן, זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, און נישט קוקן אויף קיינעם, מ'האט יא געהאלטן, מ'האט נישט געהאלטן, וואס האב איך מיט זיי? איך האב נישט קיין צייט, צום סוף וועל איך אניאגן צו לערנען די גאנצע תורה, מקרא משנה גמרא מדרש און אזוי ווייטער. דער ראש ישיבה האט געבעטן אלעמען מען זאל זיך מאכן שיעורים אין א דף גמרא, און פרקים משניות, און לערנען יעדן טאג. און אזוי וועט מען זוכה זיין צו מתקן זיין די מעשים.
 
צו מעריב איז צוגעגאנגען מו"ה משה ראזענבערג הי"ו וואס איז יעצט אינעם יאר פון די פטירה פון זיין אומפארגעסליכן פאטער מו"ה יצחק ז"ל. נאך מעריב האט דער ראש ישיבה געווארט עטליכע מינוט ביזן זמן מוצש"ק פון רבינו תם, און דערנאך האט דער ראש ישיבה געמאכט הבדלה ברוב עם.
 
צוליב דעם גרויסן עולם וואס איז געקומען צו פארן צום מלוה מלכה האט מען אפגעדינגען א גרויסע פלאץ, מען האט זיך געוואשן צו מלוה מלכה און געזינגען זמירות, נאכן זינגען זמירות האט מען געזינגען פאר א לענגערע צייט ירושלימע דעבקע ניגונים, עטליכע פון אנשי שלומינו האבן געטאנצן קעדאטשקע און פרייליך געמאכט דעם עולם.
דערנאך האט מען ארויפגערופן אלע וואס האבן געהאט סיומים, קינדער, בחורים און טאטעס.
 
דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט א שיינע לענגערע התחזקות שמועס וואס מען קען הערן אויף קול ברסלב.
 
זונטאג אינדערפרי נאך שחרית איז פארגעקומען די ברית ביי מו"ה אברהם ראטמאן הי"ו דער ראש ישיבה איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און קריאת השם, ויקרא שמו בישראל 'יואל', ביים סעודה האט דער ראש ישיבה גערעדט און ארויסגעברענגט די געטריישאפט פונעם בעל שמחה, וואס העלט אזוי סאך אן קיין איבעריגע פירסום, אויך דער בעל שמחה האט גערעדט אפאר דיבורים.
 
שפעטער האט דער ראש ישיבה באזוכט אין תלמוד תורה היכל הקודש און דערנאך אין בית פיגא שולע, סוף טאג איז דער ראש ישיבה צוריק געקומען אין בית המדרש און געדאווענט מנחה מעריב, דערנאך האט ער פארגעלערנט דעם דף גמרא.
 
פון דארט האט זיך דער ראש ישיבה ארויסגעלאזט צום עירפארט, אויפן וועג צום עירפארט האט דער ראש ישיבה נאך אריינגעכאפט צו געבן א שיעור אינעם נייעם בית המדרש היכל הקודש בני ברק, דער ראש ישיבה האט געבעטן מען זאל זיך האלטן באחדות, אויך זאל מען זען נישט צו שטערן דעם דאווענען, אז מען וויל שמועסן קען מען ארויסגיין אינדרויסן, אויך האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט די וויכטיגקייט פון גיין הפצה, און אויסלערנען פאר נאך מענטשן אז ס'איז דא א זיסע סדר דרך הלימוד, א וועג וויאזוי יעדער איד קען  זוכה זיין צו לערנען יעדן טאג. 
 
דער ראש ישיבה האט געפרעגט איינע פון די קינדער אויב ער האט א שיעור אין משניות, האט דער אינגל געזאגט אז ער גייט פרובירן, האט דער ראש ישיבה אים געזאגט "פרובירן זאלסטו צו עסן און שלאפן, אבער לערנען דאס זאלסטו טאקע טון".
 
אלע שיעורים קען מען שוין הערן אויפן קול ברסל טעלעפאן ליין.
 
אנשי שלומינו זענען ארויס מיט א געוואלדיגע חיזוק פון דעם קורצן אבער אנגעפילטן באזוך, וואס וועט לאנג געדענקט ווערן ביי אלעמען.