הערליכע באריכט פונעם שיינעם יום טוב סוכות ביים ראש ישיבה שליט"א
ל תשרי תשפ"ב 📝
קרעדיט: הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א
גאר א שיינער יום טוב איז אריבער אויף אנשי שלומינו בצל הקודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, ווען מיר האבן געשעפט פרישע כוחות און חיזוק פונעם יום טוב, וואס דאס וועט אונז באגלייטן אויפ'ן גאנצן יאר.
עס איז נישט מעגליך אראפצושרייבן אויפ'ן פאפיר די געפילן פון הארץ פון די אלע וואס האט מיטגעלעבט דעם יום טוב מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, מיר וועלן פרובירן אבער אין קורצן איבערצוגעבן ווי אזוי דער יום טוב איז אריבער, און אביסל פון וואס מיר האבן זוכה געווען צו הערן און מקבל זיין פונעם ראש ישיבה שליט"א.
ערשטע טעג יום טוב
די ערשטע טעג יום טוב זענען אריבער מיט גאר געהויבנקייט מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין וויליאמסבורג, ביידע טעג האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט שחרית פאר'ן עמוד מיט גרויס התעוררות און געשמאק, די הלל און די הושענות זענען געווען גאר דערהויבן.
נאכ'ן דאווענען איז צוגעשטעלט געווארן א ברייטע קידוש אין די שיינע סוכה אין הויף פון די שול, דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט גאר שיינע דברי התחזקות לכבוד יום טוב.
דעם ערשטן טאג האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון די תפלה פון הייליגן חיד"א וואס איז געדרוקט אין מחזורים צו זאגן ביי פתיחת הארון אום סוכות, מ'בעט דארט דעם אייבערשטן מ'זאל געראטעוועט ווערן פונעם מזל צדק, ווי אויך ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש אין די אידרא אז רבי שמעון בן יוחאי האט עדות געזאגט אויף זיך אין זיין לעצטן טאג פון לעבן אז ער האט זיך א גאנץ לעבן געהיטן פון "צדק", האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט וואס מ'קען ארויסנעמען פון דעם התחזקות אויפ'ן לעבן, אז מ'זאל זיך זייער אכטונג געבן פון "צדק גערעכט", נישט צו - וועלן זיין אלץ גערעכט. ווען א מענטש וויל נאר אלץ אויספירן און ווייזן אז ער איז גערעכט, וועט ער קיינמאל נישט קענען מצליח זיין, ער וועט אלעמאל האבן צוטון מיט יעדן איינעם. דערפאר דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מ'זאל זיך קענען אראפבייגן דעם קאפ, לאזן יענעם זיין גערעכט, און אזוי וועט מען קענען אריבערגיין אלעס בשלום.
דעם צווייטן טאג ביים קידוש האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון דעם וואס דער הייליגער רבי זאגט אין ספר המדות (רפואה ח"ב, ד) אז צו קוקן אויפ'ן אתרוג איז א רפואה פאר די אויגן, האט דער ראש ישיבה שליט"א געטייטשט אז דאס קען אויך מיינען אז מ'זאל האבן גוטע אויגן, מ'זאל קוקן גוט אויף יעדן איינעם. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפ"ב) אז ווען מ'קוקט גוט אויף א מענטש, מ'זוכט אויף אין אים זיינע גוטע נקודות, די גוטע זאכן וואס ער האט אין זיך, דאן וועט ער ווערן אינגאנצן גוט. און דאס הויבט זיך אן ביי זיך אליין, א מענטש טאר זיך נישט אראפקלאפן, מ'דארף נאר קוקן גוט אויף זיך אליין, און אז מ'קוקט גוט אויף זיך וועט מען שוין אויך קוקן גוט אויף די משפחה און אויף אנדערע מענטשן.
מוצאי די ערשטע טעג נאך מעריב האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט א בלאט גמרא, און ביים סוף ארומגערעדט שיינע זאכן ווי אזוי אויסצונוצן דעם יום טוב ווי
עס דארף צו זיין. און דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן אויף ברסלב ליבערטי צו וויילן דארט ביז נאך שבת חול המועד.
חול המועד סעודת הילולא
דאנערשטאג חול המועד האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט הלל און הושענות פאר'ן עמוד אין שטעטל, מיט מתיקות און געשמאק.
דאנערשטאג נאכט חול המועד איז פארגעקומען די סעודת הילולא צו די יארצייט פון הייליגן רבי'ן. די סעודה איז פארגעקומען אין די גרויסע סוכה אין הויף פון בית המדרש אין שטעטל, עס איז געגאנגען א שווערע רעגן, אבער מיט אסאך תפלות האט די רעגן אביסל נאכגעלאזט און מ'האט געגעסן עסן די סעודה אין די סוכה. דערנאך האט מען אנגעהויבן זינגען ווארעמע ניגונים, אבער דאן האט זיך די רעגן זייער געשטארקט, דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז ווי עס זעט אויס האט דער עולם שטארק מתפלל געווען אז מ'זאל קענען עסן אין די סוכה, אבער מ'האט נישט געבעטן אז מ'זאל אויך קענען רעדן אין די סוכה, מען האט געבענטשט ברכת המזון און מ'איז אריין אין בית המדרש ממשיך צו זיין מיט די ניגונים און דרשה.
דער ראש ישיבה שליט"א האט אנגעהויבן די דרשה אז ביי מוהרא"ש איז אויך אמאל אזוי געווען אז ס'האט אנגעהויבן רעגענען ביי די יארצייט סעודה פון רבי'ן, און מ'האט געדארפט שנעל בענטשן און אריינגיין אין שול, און מוהרא"ש האט דעמאלט בארואיגט דעם ציבור, זאגנדיג די גרויסע זאכן וואס חז"ל זאגן אונז ווען עס רעגנט, אז דער אייבערשטער איז מוחל די עבירות, און נאך גרויסע ברכות וואס עס קומט מיט'ן רעגן.
דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריין אין א שמועס פון הייליגן רבי'ן, מ'זעט אז כאטש וואס דער רבי איז שוין נסתלק געווארן איבער 210 יאר צוריק, לעבט ער אבער נאכאלץ מיט אונז, זיינע תורות און זיינע לימודים זענען חי וקיים, די גאנצע וועלט לעבט אויף די חיזוק פון הייליגן רבי'ן. און דער עיקר איז די שטארקע אמונה וואס דער רבי ברענגט אריין אין אונז, מיר זאלן שפירן אז דער אייבערשטער איז מיט אונז אין יעדן מצב, יעדער מענטש נישט קיין חילוק ווער און וואס ער איז קען רעדן צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויסדערציילן זיין גאנצע הארץ פאר'ן אייבערשטן אזוי ווי מ'רעדט זיך אויס צו א נאנטן פריינד. דאס איז א געוואלדיגע מתנה וואס דער רבי האט אונז געגעבן, און כאטש וואס אין אנהויב איז נישט גרינג צו רעדן צום אייבערשטן, אבער אז מ'שטארקט זיך מיט עקשנות צו רעדן צום אייבערשטן קומט מען אן צו אלעס. נאכדעם האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פונעם סדר דרך הלימוד וואס דער רבי האט אונז געגעבן וואס אויף דעם וועג קען יעדער איד זוכה זיין צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה. ווייטער האט מען גערעדט די עצות פון הייליגן רבי'ן ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב און קינדער, ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין יעדן פרט אין לעבן, און אזוי ווייטער אלע געוואלדיגע עצות פון הייליגן רבי'ן.
מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די געוואלדיגע מתנה אז מיר האבן דעם הייליגן רבי'ן, יעדער מענטש אויף דער וועלט מוטשעט זיך, כאטש פון אינדרויסן קען זיך דאכטן ווי יעדן גייט גוט און נאר פאר מיר גייט עס נישט ווי איך וויל, איז אבער דער אמת אז יעדער האט זיינע אייגענע שוועריקייטן און נסיונות אין לעבן, ברוחניות און בגשמיות, און מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן, קען יעדער איד זיך שטעלן אויף די פיס און זייער שיין מצליח זיין ברוחניות ובגשמיות. און מיר דארפן זען דאס איבערצוגעבן אויף אנדערע אידן, מ'קען דאך אזוי גרינג ראטעווען אזויפיל אידן וואס מוטשען זיך אזוי שטארק אין לעבן, בלויז מיט דעם וואס מ'געבט זיי טועם צו זיין די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן אזוי ווי מוהרא"ש האט עס איבערגעגעבן.
נאך די דרשה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ און זיך געפריידט בשמחת בית השואבה פאר לאנגע שעות.
פרייטאג חול המועד האט דער ראש ישיבה שליט"א ווידער געדאווענט הלל און הושענות פאר'ן עמוד, וואס איז געווען גאר שיין.
שבת חול המועד
שבת חול המועד האט דער ראש ישיבה שליט"א געוויילט אין שטעטל, פילע משפחות זענען געקומען צו פארן מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שבת, וואס איז געווען ממש מעין עולם הבא.
אינדערפרי איז געווען גאר א געשמאקע דאווענען מיט הלל און הושענות. נאכ'ן דאווענען איז געווען א שיינע קידוש אין די סוכה, דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט פון די הושענות "אום נצורה" וואס מ'זאגט אום שבת, יעדע שטיקל פון די הושענות איז מען זיך מחי' מיט נאך א חלק פונעם שבת, מ'עסט דריי סעודות שבת, מ'עסט גוטע זאכן אום שבת, און אזוי ווייטער. אויך זאגט מען דארט "הושענא יושבת וממתנת עד כלות השבת", העלף די אידן וואס ווארטן שוין אז דער שבת זאל איך ענדיגן; פילע מוטשען זיך מיט דעם, איז דען דאס א מעלה אז מ'ווארט שוין קוים אז דער שבת זאל זיך ענדיגן? האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט אז דאס זייער פשוט, א איד וויל טון מלאכות, ער וויל רייכענען, ער וויל ערלעדיגן זיינע זאכן, ער האלט זיך אבער צוריק ווייל ס'איז שבת קודש, ער ווארט אז דער שבת זאל זיך ענדיגן אז ער זאל קענען טון זיינע געברויכן, ווייל ער וויל חס ושלום נישט מחלל שבת זיין, דאס איז די שענסטע און חשובסטע זאך ביים אייבערשטן.
שבת נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה שליט"א ארומשפאצירט אין שטעטל, און ביי שלש סעודות אין די סוכה האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון דעם אז דא אין שטעטל איז נישטא וואס צו טון, אין שטאט איז כסדר דא זאכן צו זען, דא בויעט מען, דא פארט מען, דא מאכט מען, אבער אין שטעטל זעט מען נאר גראז און ביימער, די איינציגסטע זאך וואס מ'קען טון איז רעדן צום אייבערשטן, לערנען און דאווענען און דינען דעם אייבערשטן. די תורה דערציילט אונז ווי אזוי משה רבינו האט גערעדט מיט'ן אייבערשטן, און דער הייליגער רבי מאכט אז מיר פשוטע אידן זאלן דאס אויך קענען טון.
מוצאי שבת האט מען געגעסן אינאיינעם סעודת מלוה מלכה אין די סוכה פון די שול, נאך די זמירות האט מען א לענגערע צייט געזינגען אינאיינעם שיינע ווארעמע ניגונים, און דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, מען דארף זיך אפלערנען פון די אושפיזין, פון יוסף הצדיק, וואס ער האט שטענדיג גערעדט צום אייבערשטן, שם שמים שגור בפיו, ווען איינער פרעגט דיר "וואס הערט זיך?", דארף די ענטפער זיין, "ברוך ה', געלויבט דער אייבערשטער, עס גייט מיר זייער גוט".
מוהרא"ש ברענגט אין סידור עת רצון פון הייליגן בעל שם טוב זי"ע אז די סיבה פארוואס מיר זענען אזוי לאנג אין גלות איז ווייל מ'איז נישט מאריך אין די ברכה פון אהבה רבה, און מוהרא"ש שרייבט דארט אז מ'זאל מאריך זיין אין די ווערטער "והאר עינינו בתורתך ודבק לבנו במצותיך", בעטן דעם אייבערשטן מ'זאל זיין אן ערליכער איד. האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט אז ער האט געהערט פון א ברסלב'ער חסיד אז מ'דארף אויך מאריך זיין אין די ערשטע פאר ווערטער פון די ברכה, "אהבה רבה אהבתנו ה' אלוקינו", מ'דארף גוט ארייננעמען אין זיך אז דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד, דער אייבערשטער האט מיר זייער ליב, ער ווארט און קוקט ארויס אויף מיר, און דאס וועט ברענגען מ'זאל זיין אמת'ע ערליכע אידן. און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה מאריך געווען אין די גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, פון שמחה, און פון טאנצן הקפות מיט גרויס שמחה.
נאך שבת איז דער ראש ישיבה שליט"א צוריק געפארן קיין וויליאמסבורג אויף די צווייטע טעג יום טוב.
זונטאג חול המועד נאכ'ן דאווענען איז געווען א סעודה אין די סוכה ביים בית המדרש אין וויליאמסבורג, דער ראש ישיבה שליט"א האט אסאך ארום גערעדט איבער די וויכטיגקייט פון לעבן מיט א צדיק; אז מ'האט געטראפן א צדיק וואס לערנט אונז א וועג אין לעבן, וואס לייכט אונז אויף די אויגן, וואס געבט אונז די ריכטיגע וועג ווי אזוי זיך אומצוגיין אין אלע אומשטענדן אין מצבים אין לעבן, דארף מען זיך האלטן ביי אים אויף אייביג, און אזוי וועט מען זייער מצליח זיין בזה ובבא.
הושענה רבה
זונטאג נאכט, ליל הושענה רבה, האט מען גלייך נאך מעריב געליינט משנה תורה, און דערנאך איז פארגעקומען א סעודה אין די סוכה. ביי די סעודה האט מען געזינגען אינאיינעם ווארעמע ניגוני התעוררות, און דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט עטליכע דיבורים איבער די גרויסקייט פון הושענה רבה, מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס מ'קען אויפטון מיט איין קאפיטל תהלים, מיט איין ווארט צום אייבערשטן, ער האט מעורר געווען אז מ'זאל אויסנוצן דעם הייליגן טאג, ווען מ'דערמאנט זיך זאל מען בעטן נאך א תפלה צום אייבערשטן אז עס זאל קומען א זיס ליכטיג יאר. אפילו מ'האט שוין אפגעזיגלט די יאר פאר'ן מענטש, קען מען נאך מתפלל זיין אז אויב איז חס ושלום אנגעשריבן געווארן עפעס שלעכטס, זאל מען צערייסן דעם שלעכטן צעטל, מ'זאל אונז ארויסשיקן נאר גוטע קוויטלעך פון הימל.
אויף די צווייטע טעג יום טוב זענען פילע אנשי שלומינו אריינגעקומען אויף וויליאמסבורג מיטצוהאלטן די געהויבענע טעג פון יום טוב בצל הקודש פונעם ראש ישיבה שליט"א.
הושענא רבה איז געווען א גרויסע התעוררות ביים דאווענען, ביי הלל און נענועים, און דערנאך ביי די הושענות, דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען און מחזק געווען אנשי שלומינו אויף פארשידענע ענינים. פאר די ערשטע הושענא האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון די גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, אפילו ווען מ'קען זיך נישט אויסשמועסן דאס גאנצע הארץ מיט'ן אייבערשטן, זאל מען אבער שרייען צום אייבערשטן, "הושענא העלף מיר", מ'זאגט איבער נאכאמאל און נאכאמאל הושענא און הושענא, אזוי דארף מען איבערזאגן טויזנט מאל פאר'ן אייבערשטן, "העלף מיר, העלף מיר, העלף מיר".
דער רבי זאגט אז ווען א איד זאגט ארויס איין אמת'דיג ווארט פאר'ן אייבערשטן עפנט דאס אים אויף אלע טירן און טויערן און לייכט אים אויף דער וועג צום אייבערשטן, א מענטש ווייסט אבער נישט ווען די אמת'דיג ווארט קומט ארויס, מ'מיינט אז ס'איז דוקא ווען די הארץ איז אנגעווארעמט מיט געפילן, פאקטיש קען אבער זיין פונקט פארקערט, דוקא ווען מ'שפירט גארנישט, און מ'זאגט ארויס א ווארט צום אייבערשטן, מ'זאגט פאר'ן אייבערשטן דעם אמת אז מ'איז אזוי פארמאכט, מ'שפירט נישט קיין התעוררות צום אייבערשטן, דוקא די אמת'ע ווערטער עפנט אלעס אויף פאר'ן מענטש.
פאר די צווייטע הושענא האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון דעם וואס מ'פירט זיך אראפצונעמען די רינגלעך פונ'ם לולב אום הושענא רבה, ווען א מענטש איז געבינדען ביים יצר הרע, ער קען זיך נישט שטארקן איבער זיינע שלעכטע נאטורן און געוואוינהייטן, ער שפירט זיך ממש געבינדען ביי די שלעכטס, קען מען בעטן דעם אייבערשטן, "אזוי ווי איך האב אויפגעבינדען דעם לולב, בינד מיך אויף פון מיין שלעכטע קייטן וואס איך בין געבינדען ביים יצר הרע".
דער רבי זאגט אז די מויל איז ווי א מאמע, אזוי ווי א מאמע לאזט קיינמאל נישט אפ איר קינד, אפילו ווען ער האט זיך פארשמירט און זעט נישט אויס גוט, די זעלבע איז ביי יעדן מענטש, נישט קיין חילוק וויפיל ער האט זיך פארשמירט און איז געפאלן, זאל ער אבער אויפמאכן זיין מויל און רעדן צום אייבערשטן, וועט ער זוכה זיין אלעס צו פאררעכטן.
"הושענא ציון המצוינת", מיר האבן זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבינ'ס ציון אום ראש השנה, דארף מען זיך זייער פרייען מיט דעם און בעטן אויף ווייטער אז מ'זאל יעדעס יאר זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, און אויך א גאנץ יאר זאל מען לעבן מיט'ן הייליגן רבי'ן. "הושענא פנת יקרת", מיר האבן אזא הייליגע טייערע ווינקל "היכל הקודש", דארף מען בעטן דעם אייבערשטן אז מ'זאל קיינמאל נישט אוועקגיין פון היכל הקודש, דער יצר הרע וויל נאר אוועקשלעפן א איד פון הייליגן רבי'ן, ווייל ער ווייסט אז אויב א איד האלט זיך ביים רבי'ן, וועט ער אנקומען צו אלעס וואס ער דארף אנקומען אין זיין לעבן.
ביי די דריטע הושענא האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון דעם זוהר הקדוש וואס זאגט "צווחין ככלבין הב הב", אז אידן קומען אין שול אין די הייליגע טעג און בעטן נאר אויף גשמיות'דיגע זאכן, "זיי שרייען ווי הינט געב געב", האט מוהרא"ש געטייטשט לויט ווי חז"ל דערציילן אז אמאל אין א הונגער יאר האט רבינו הקדוש געטיילט עסן, אבער נאר פאר ווער ס'לערנט תורה, האט זיין תלמיד רבי יונתן בן עמרם זיך פארשטעלט און זיך אריינגעשטופט צו בעטן עסן, רבינו הקדוש האט אים געפרעגט אויב ער לערנט עפעס, האט ער געזאגט אז נישט, האט ער אים נישט געוואלט געבן, האט רבי יונתן געזאגט "פרנסנו ככלב", געבט מיר צו עסן אזוי ווי מ'געבט פאר א הונט צו עסן, האט אים רבי טאקע געגעבן און אויך געזאגט אז יעדער קען שוין קומען נעמען עסן. דאס איז פשט אין זוהר, אז א איד קומט בעטן דעם אייבערשטן געזונט, פרנסה, נחת, שידוכים, און אזוי ווייטער אלע געברויכן, ער שפירט אבער אז ער איז נישט גענוג חשוב ביים אייבערשטן, ער האט נישט גענוג זכותים געהאלפן צו ווערן, בעט מען דעם אייבערשטן ער זאל אונז שפייזן און העלפן אזוי ווי מ'העלפט א הונט.
דער אמת איז אבער אז ס'איז נישטא קיין גשמיות ביי אידישע קינדער, א איד דארף האבן געלט צו קענען פירן א אידיש לעבן, צו קענען שיקן זיינע קינדער לערנען תורה, חתונה מאכן די קינדער, קויפן כשר עסן, פאר אלע מצוות, צושטעלן שבת ויום טוב, און אזוי ווייטער אלע גשמיות'דיגע געברויכן וואס א איד בעט, איז נאר עבודת ה'.
דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט די באקאנטע מעשה פון הרה"ק רבי משה לייב סאסובער זי"ע, וואס איין פרייטאג צו נאכטס האט אים גענומען א לאנגע צייט אנצוהויבן לכו נרננה, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט געוואלט ראטעווען א אידישע פאמיליע פון א בארבארישער פריץ וואס האט זיי געשלעפט צוגעבינדען צו זיין וואגן, האט ער צוליב דעם געקושט דאס גוי'איש קינד פונעם פריץ און אזוי אויפגעוועקט זיין רחמנות צו באפרייען די נעבעכדיגע אידישע משפחה. און דערנאך האט דער צדיק געשפירט אז ער קען נישט אנהויבן זאגן לכו נרננה מיט א מויל וואס האט געקושט א גוי, אבער נאכדעם האט ער זיך דערמאנט וואס ס'שטייט אין פרק שירה אז דער הונט זאגט אויך לכו נרננה, האט ער זיך מחזק געווען אז אויב דער הונט קען דאס זאגן, קען ער עס אויך זאגן. האט דער ראש ישיבה שליט"א אויסגעפירט אז ס'איז דא אזא פאלשע ענוה ביי מענטשן, פונקט ווען עס קומט צום לערנען און דאווענען, ווען עס קומט צו דינען דעם אייבערשטן, ווערט מען אן עניו, מ'טראכט אז מ'איז נישט ראוי פאר דעם, אז דער אייבערשטער דארף עס נישט האבן, דארף מען זיך שטארקן אז מ'איז דאך נישט ערגער פונעם הונט, נישט קיין חילוק וואס מ'האט געטון, נישט קיין חילוק וואס מ'איז, אבער דער אייבערשטער הערט אויס יעדן איינעם.
ביי די לעצטע הושענא, ווען מ'דערמאנט די זכותים פון אלע צדיקים, האט דער ראש ישיבה גערעדט אז אויב וויל מען זיין א איד דארף מען געדענקען אז אן א צדיק קען מען דאס נישט באווייזן, א איד מוז האבן א צדיק וואס זאל אים מעורר זיין און מחזק זיין און אים צוקלעבן צום אייבערשטן, און נאר אזוי קען מען מצליח זיין. און נישט נאר פאר זיך אליין, נאר אויך איבערגעבן פאר די גאנצע משפחה, אז די גאנצע הויז זאל זיך דרייען ארום דעם צדיק, אזוי ווי מ'זעט אין אלע דורות אז נאר די וועלכע האבן זיך געהאלטן ביי א צדיק האט מצליח געווען מיט די קינדער און אייניקלעך אז זיי זאלן זיך האלטן ערליך און בלייבן מיט די ריינע אמונה ביים אייבערשטן.
נאכ'ן דאווענען איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט גרויס התעוררות פון די געהויבענע תפילות און הושענות.
אלע שיעורים אין לויף פון חול המועד און הושענא רבה, קען מען זען אויף אונזער וועבסייט "ברסלב סענטער" אויך קען מען עס הערן אויפן "קול ברסלב" טעלעפאן ליין.
שמיני עצרת און שמחת תורה
די צווייטע טעג יום טוב, האט מען געטאנצן די הקפות מיט גרויס פרייד, מען האט זיך געפריידט מיט די הייליגע תורה, אז מען האט זוכה געווען די גאנצע יאר צו לערנען אסאך די הייליגע תורה, און אז עס קומט א פרישע יאר וואס מען וועט אנפילן מיט אסאך לימוד התורה און מיט מצות ומעשים טובים.
די גרויסע שמחה און פרייד וואס האט געהערשט ביי די הקפות איז נישט מעגליך אראפצושרייבן, מ'האט געזינגען און געטאנצן און זיך געפריידט מיט די הייליגע תורה מיט א געוואלדיגע פרייד, ס'האט זיך אנגעזען אז די אידן לערנען תורה די גאנצע יאר, און זיי האבן זיך באמת מיט וואס צו פרייען.
צווישן איין הקפה און די צווייטע האט דער ראש ישיבה שליט"א געזינגען ווארעמע ניגוני אמונה מיט די תינוקות של בית רבן, די געטרייע מלמדים האבן אויסגעטיילט גוטע זאכן פאר די קינדער וואס האבן שיין מיטגעזינגען.
אין לויף פון אלע הקפות האט דער ראש ישיבה שליט"א כסדר מחזק געווען אז מ'זאל נישט זיצן אין די זייט, נאר אריינקומען טאנצן און זיך פרייען מיט די הייליגע תורה, "עס קומט א לאנגע ווינטער, ס'וועט נאך זיין אסאך צייט צו שלאפן, יעצט איז די צייט צו טאנצן מיט די הייליגע תורה", "אז מ'שוויצט ביי די הקפות, וועט מען זיך איינשפארן נישט צו דארפן שוויצן א גאנץ יאר", "ווער ס'האט זוכה געווען צו ענדיגן דאס יאר חמשה חומשי תורה זאל אריינקומען טאנצן מיט די תורה", "אויב וועסטו בלייבן זיצן אין די זייט קען מען דיר נאך חושד זיין אז דו האסט נישט געלערנט דאס יאר", "ווער ס'נעמט זיך פאר אז די קומענדיגע יאר וועט ער לערנען תורה, זאל אויך אריינקומען טאנצן", און אזוי ווייטער.
אינמיטן די הקפות שמיני עצרת ביינאכט האט דער ראש ישיבה שליט"א דערציילט פון הרה"ק רבי הערשעלע זידיטשויבער זי"ע, וואס איז איינמאל געווען זייער אפגעשוואכט פון די תפלות און הושענות פון הושענא רבה, ער איז געליגן אין בעט און נישט געהאט קיין כח צו טאנצן די הקפות, אבער אינצווישן האט ער זיך געגעבן א כאפ און געזאגט, "וואס איז מיט מיר? אויבן אין הימל איז יעצט דא אזא גרויסע שמחה, און איך ליג דא אין בעט?!", און ער איז ארויסגעשפרינגען פון בעט און געגאנגען טאנצן די הקפות מיט די הייליגע תורה.
און אזוי ווייטער ביי די הקפות שמחת תורה ביינאכט און אינדערפרי איז די שמחה געווען גאר גרויס, די ווענט האבן מיטגעטאנצן, מ'האט געשפירט גאר א גרויסע שמחה אין די לופטן. ביי די זעקסטע הקפה האט מען געזינגען דעם ניגון וואס מוהרא"ש האט פארפאסט אין אידיש, "וואס האב איך מיט יענעם, איך ווייס אז נאר משניות וועל איך מיט מיר מיטנעמען, וכו'", ווי אויך דער פרייליכער ניגון "א בלאט גמרא דאס איז מיין לעבן, א בלאט גמרא דאס איז מיין שטרעבן, איך בין א ש"ס איד, וכו'", און אזוי ווייטער פילע פרייליכע ניגונים.
דרשות פון די צווייטע טעג יום טוב
ביים קידוש שמיני עצרת אינדערפרי נאכ'ן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון די גרויסקייט פון לימוד התורה, מוהרא"ש פלעגט כסדר חזר'ן וואס חז"ל זאגן אין ירושלמי אז ווער עס נעמט אויף זיך דעם עול תורה, רעכנט אים דער אייבערשטער אזוי ווי ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט. יעצט אז מ'האלט אנהויב יאר, דארף מען זיך פארנעמען צו לערנען דאס יאר די הייליגע תורה, און דאס וועט הייליגן און אויסרייניגן דעם מענטש פון אלע שלעכטס און אים ברענגען צו אלע מדריגות.
ספעציעל דער ענין פון מעביר סדרה זיין די פרשת השבוע יעדע וואך, א זאך וואס איז ליידער זייער נאכגעלאזט ביי אסאך מענטשן, און די סיבה דערצו איז ווייל מען וויל עס טון דוקא פרייטאג, און מען יאגט נישט אן דאס צו פארענדיגן. ווען מען זאל ווען אבער טון אזוי ווי דער שלחן ערוך פסק'נט, אז פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין די וואכעדיגע פרשה, וואלט עס יעדער איד געקענט באווייזן. זונטאג לערנט מען ביז שני און מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער די גאנצע וואך, און ווען עס קומט סוף וואך האט מען געענדיגט די גאנצע סדרה. אויסער דער חיוב וואס ס'איז דא צו לערנען די פרשה יעדע וואך שנים מקרא ואחד תרגום, איז מען אויך זוכה צו די געוואלדיגע הבטחה וואס חז"ל זאגן צו, "כל המשלים פרשיותיו עם הציבור, משלימין לו ימיו ושנותיו", ווען א איד איז מעביר סדרה איז ער זוכה צו א גוטע לאנגע לעבן.
מיט'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן קען יעדער איד זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה, אפילו מ'פארשטייט נישט און מ'געדענקט נישט, זאל מען זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א ארומגערעדט פון שלום בית, וואס איז געווען א גרויסער יסוד ביים הייליגן רבי'ן.
שמיני עצרת פארנאכטס האט מען זיך געזעגנט פון די סוכה, דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט אז מ'דארף דאנקען דעם אייבערשטן אז מ'האט געהאט אזא שיינע יום טוב, מ'האט זוכה געווען צו זיצן אין די סוכה, מ'האט זוכה געווען צו שאקלען לולב, און יעצט דארף מען מיטנעמען דעם יום טוב אויף א גאנץ יאר, אזוי ווי מ'זיצט זיבן טעג אין א דירת עראי און דערנאך גייט מען צוריק אריין אינעם דירת קבע, דאס איז די גאנצע לעבן, מ'לעבט זיבעציג יאר אויף דער וועלט, דאס איז נאר די דירת עראי, און נאכדעם גייט מען ארויף אויף יענע וועלט, און וואס מ'האט זיך דא צוגעגרייט דאס נעמט מען מיט אויף די אייביגע דירה. דער ראש ישיבה שליט"א האט אויך אסאך גערעדט פון לימוד התורה יעדן טאג, וואס דאס איז די וויכטיגסטע זאך.
ס'זענען דא מענטשן וואס ווערן צעבראכן נאך יום טוב, דער יום טוב איז שוין אריבער און מ'גייט צוריק צו די וואכעדיגע טעג, דער אמת איז אבער אז די ימים טובים זענען ווי גאז פאר א קאר צו קענען פארן, יעדע שטיק צייט קומט נאך א יום טוב וואס געבט כוחות און ענערגיע צו קענען גיין ווייטער מיט א פרישקייט, דארף מען נעמען די התחדשות וואס מ'האט באקומען דעם סוכות, עס זאל אונז באגלייטן אויפ'ן לאנגען טרוקענעם ווינטער, אינמיטן ווינטער איז אויך דא א שטיקל גאז סטאנציע, עס קומט חנוכה און מ'פרישט זיך אויף נאכאמאל צו קענען ווייטער ממשיך זיין. און אויב בלייבט מען שטעקן אינמיטן וועג, מ'איז אויסגעלאפן פון גאז און מ'איז נישט נעבן א גאז סטאנציע, קען מען רופן "חברים" זיי זאלן ברענגען גאז, מ'דארף זיך דרייען מיט ערליכע און גוטע חברים, מ'דארף גיין צום צדיק, און זיך אנפילן מיט פרישקייט צו קענען אנגיין אין עבודת ה'.
שמחת תורה פארנאכטס נאך מנחה איז געווען נעילת החג, דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט אז דער רבי האט געזאגט אמאל פאר רבי נתן נאך שמחת תורה אז ער איז זייער פרייליך אז ער האט זוכה געווען צו טאנצן און זיך פרייען ביי די הקפות, און דער רבי האט אים געפרעגט אויב אינמיטן די יאר שפירט ער נאך די שמחה פון שמחת תורה, אז ער פריידט זיך אז ער האט געטאנצן און זיך געפריידט מיט די תורה.
דער רבי האט זייער געוואלט מיר זאלן זיין פרייליך א גאנץ יאר, ווען א איד איז פרייליך האט ער א קלארע קאפ און ער קען דינען דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין, זיך פרייען מיט די תורה און מצוות, זיך פרייען מיט יעדע גוטע זאך וואס מ'טוט.
און דאס דארף מען אריינברענגען אויך אין די קינדער, צדיקים האבן געטייטשט "הנסתרות לה' אלוקינו", אז א מענטש איז א באהאלטענער צדיק איז דאס נאר פאר'ן אייבערשטן, די קינדער האלטן דאס נישט מיט, אבער "והנגלות לנו ולבנינו", אז מ'דאווענט און מ'לערנט ווען די קינדער זעען און האלטן מיט, וועלן זיי זיך אויך אפלערנען פון דעם און אויך זיין ערליכע אידן. מ'דארף ברענגען די קינדער אין שול, מ'דארף אריינברענגען א שמחה און געשמאק אין א שבת טיש, אין א יום טוב, און אין אלע מצוות, אז די קינדער זאלן שפירן און מיטהאלטן אז דינען דעם אייבערשטן איז א געשמאקע און פרייליכע זאך, און אזוי וועלן זיי נישט וועלן אפלאזן דעם אייבערשטן זייער גאנץ לעבן.
דער הערליכער יום טוב האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם אויף אנשי שלומינו וועלכע האבן געשעפט פרישע חיזוק והתעוררות צום נייעם יאר.
מי שלא ראה שמחה זו, לא ראה שמחה מימיו!
📸 הושענא רבה ביים ראש ישיבה
▶️ נייע שיעור דורכן ראש ישיבה יעדן טאג א פרק משניות
▶️ דרשות פון ראש ישיבה במשך חול המועד סוכות תשפ"ב
🎦 שמחות בית השואבה תשב"פ אין היכל הקודש ירושלים עיה"ק
▶️ יארצייט פון הייליגן רבין תשפ"ב אין קרית ברסלב ליבערטי מיטן ראש ישיבה