אין די יעצטיגע טעג גייט צום דרוק דער ערשטער פון א סעריע ביכלעך "מעשה'לעך פאר קינדער" אנגעפילט מיט תוכן'דיגע מעשיות, אראפגעשריבן אויף א קלארע שפראך געשריבן געווארן דורכן ראש ישיבה שליט"א, מיט אויג פארכאפענדע בילדער וואס ציעט די אויגן פון די טייערע צאן קדשים, געמאלן דורכן היימישן מעלער פון ארץ ישראל הר"ר יחיאל בליאש שליט"א.
 
די מעשיות זענען אראפגעשריבן געווארן וועכענטליך דורכן ראש ישיבה שליט"א, און איז געדורקט געווארן במשך די לעצטע יאר ביים סוף פון די וועכענטליכע "עצתו אמונה" קונטרסים, מיט וואס אלע האבן זיך מחיה געווען. יעצט איז געקומען די צייט, ווען עס האט זיך שוין אנגעזאמעלט א שיינע צאל מעשה'לעך, האט מען דאס צוזאם גענומען לפונדק אחד, און מען גייט עס דרוקן מיט שיינע גרויסע געפינטלטע אותיות, אויף שטארקע דויערהאפטיגע פאפיר  געאייגענט פאר די קינדער. דער גאנצער ביכל איז איבערגעקוקט געווארן דורכן ראש ישיבה פארן גיין צום דרוק, און האט אנגעוויזן אויף יעדע פרט וואס צו טון.
 
דער ביכל וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארייבאקן אין די טייערע קינדערלעך תינוקות של בית רבן אמונה, דרך ארץ, תורה, תפילה,  שמחה של מצוה, מידות טובות, תמימות, און וועט זיי העלפן וואקסן אין יראת שמים וואס וועט זיי באגלייטן דעם גאנצן לעבן.
 
דער ראש ישיבה שרייבט איבער דעם נייעם ביכל אין א בריוו פון זונטאג ויקרא העעל"ט "איך האב באקומען דעם קינדער ביכל "מעשה'לעך פאר קינדער'לעך"; איך בין אזוי איבערגענומען פון די שיינע ארבעט וואס דו האסט אהערגעשטעלט; אזוי שיין די גרעפיקס, אזוי שיין די אויסשטעל; דאס וועט זיין א שטארקע זאך פאר די מפיצים, מען וועט גיין מיט דעם ביי די הייזער, עלטערן וועלן דאס זען וועלן זיי דאס נעמען פאר די קינדער; די מעשיות זענען פול מיט יראת שמים און ריינע אמונה."
 
די נייע ביכלעך גייען שוין צום דרוק אין די טעג, און בקרוב וועט מען עס בעז"ה שוין קענען באקומען אויפן ברסלב סענטער שאפ וועבסייט, ביים קרן הדפסה, און ביי די מפיצים.
 
"איך זאג אז סיפורי מעשיות וועקט אויף א מענטש פון שלאף" (חיי מוהר"ן סימן כ"ה)
📰 אומבאשרייבליכע שבת און סיום סדר מועד על סדר הש"ס
💿 נייע הערליכע סידי "איך דארף נישט קיינעם" פאר בלויז $2.99
🛒 קרן הדפסה איז גרייט אויף פורים
📰 פורים אין ישיבה תפארת התורה
📖 ספרים אויף פסח