א הערליכער געהויבענער ראש השנה איז אריבערגעגאנגען אויף די הונדערטער טויזנטער ברסלב'ע אידן איבער די גאנצע וועלט, סיי די וועלכע האבן זוכה געווען צו זיין אין אומאן, און סיי די וועלכע האבן נישט מצליח געווען אנצוקומען, אבער האבן געדאווענט די תפלות מיט אן התקשרות צום הייליגן רבי'ן.
ווי באקאנט האט די אוקריינע רעגירונג באשלאסן אום מיטוואך פרשת כי תצא אפצושליסן זייערע גרעניצן פאר א חודש צייט, פון פרייטאג כי תצא ביז נאך יום כיפור. אידישע קינדער, וואס גארן און ווארטן שוין א גאנץ יאר זוכה צו זיין צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, און זוכה זיין צו אלע תיקונים פון הייליגן רבי'ן, האבן אויפגענומען די נייעס גאר שווער. עס זענען געווען אידן וואס האבן זיך גלייך אויפגעהויבן און געפארן קיין אומאן נאך פאר שבת, אריינצוכאפן אנצוקומען אהין נאך איידער די גרעניצן ווערן פארשפארט, זיי האבן געהאט אסאך שוועריקייטן ביים אנקומען אהין, אבער מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען צום סוף אריינגעלאזט כמעט אלע אידן. דער ראש ישיבה שליט"א האט אבער געזאגט אז מ'זאל נישט פארן אזוי פרי, דער רבי האט נישט פארלאנגט אז מ'זאל וואוינען אין אומאן נאר אז מ'זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, און אויב וועט זיין מעגליך צו פארן פאר ראש השנה וועט מען פארן.
ווען עס איז געקומען די וואך פון ראש השנה, די גרעניצן פון אוקריינע זענען געווען פארמאכט, איז אבער פארט געווען פארשידענע אופנים ווי אזוי מ'האט זיך יא געקענט אריינבאקומען אין אומאן, דער ראש ישיבה שליט"א האט אבער באשלאסן אז ער גייט זיך געפינען וואו אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש וועלן זיך געפינען, כאטש וואס דער ראש ישיבה אליין האט געהאט א וועג אנצוקומען אויף אומאן, האט ער אבער נישט געוואלט גיין אליין, נאר צוזאמען מיט אלע אנשי שלומינו.
אום זונטאג פאר ראש השנה האט דער ראש ישיבה באקומען א ידיעה אז ס'איז דא א וועג אריינצוברענגען אלע תלמידי הישיבה קיין אומאן, און דאן האט זיך דער ראש ישיבה אויפגעהויבן פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן און איז געפארן קיין אומאן, און איז אנגעקומען דארט בשלום. דערנאך האבן אנשי שלומינו אנגעהויבן פארן קיין אומאן, אבער אנקומענדיג אינמיטן וועג האט זיך פארשלאסן אויך די וועגן וואס איז נאך געווען אפן ביז דעמאלט, און זיי זענען געבליבן שטעקן אונטערוועגנס. קרוב צו הונדערט אידן האבן זיך געפונען אינעם לופטפעלד אין מאלדאווא, צווישן זיי אויך די קינדער פון ראש ישיבה, פון וואו מ'האט זיי נישט ארויסגעלאזט. צענדליגע אידן זענען שטעקן געבליבן אין לאנדאן, און נאך עטליכע צענדליגע אין אונגארן, און אין נאך לענדער, און דערנאך זענען געווען פילע וואס האבן נאכנישט עספיעט ארויסצופארן פון ניו יארק.
עטליכע טויזנט אידן האבן ברוך ה' זוכה געווען צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה, צווישן זיי אויך א שטיקל עולם פון תלמידי היכל הקודש. אין די וואך פאר ראש השנה האט דער ראש ישיבה זיך געפינען אין אומאן, פון וואו ער האט העפטיג געארבעט אויף אלע פראנטן צו טרעפן א וועג אריין פאר אלע אנשי שלומינו, און גלייכצייטיג האט ער כסדר געשריבן בריוו פאר אלע אנשי שלומינו וואס זענען געווען אונטערוועגנס, זיך צו שטארקן מיט אסאך תפלות, און בעטן דעם אייבערשטן מ'זאל זוכה זיין אנצוקומען אויף אומאן. אנשי שלומינו האבן זיך טאקע מחזק געווען אין אלע פלעצער, מ'האט געדאווענט און געלערנט און זיך געשטארקט איינער דעם צווייטן מיט אמונה אז אלעס פירט דער אייבערשטער זיכער צום גוטן.
די הונדערט אידן אין מאלדאווע האבן זיך געבעטן ברחמים ביי די ארטיגע באאמטע אז מ'זאל זיי ארויסלאזן פון לופטפעלד כאטש צו אן האטעל, צו קענען האבן א בעט איבערצושלאפן, עפעס צו עסן נארמאל, און אזוי ווייטער. זיי האבן אבער נישט מסכים געווען בשום אופן, נאר אזויפיל האט מען גע'פועל'ט אז מ'זאל אריינלאזן עסן פאר די אידן. ארטיגע רבנים פון מאלדאווא האבן מיט גרויס געטריישאפט געשאפט כשר עסן פאר אלע אידן, און עס אריבערגעברענגט אין לופטפעלד וואו די אידן זענען געבליבן פארשפארט פאר דריי טאג.
ווען עס האט זיך דערנענטערט די צייט צום הייליגן יום טוב, און די טויערן פון אוקריינע זענען נאכאלץ געווען הערמעטיש פארשלאסן, עס האט נישט געהאלפן קיין שום עסקנות און געבעטן, האט מען אנגעהויבן טראכטן זיך צוריק צו קערן אהיים. דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן א בריוו פאר אנשי שלומינו אז ער איז נאר געפארן קיין אומאן מיט'ן חשבון אז מ'וועט טרעפן א וועג פאר אלע אנשי שלומינו אנצוקומען אהין, און אזוי ווי עס האט זיך נישט אויסגעארבעט וועט ער אויך צוריק קומען און פראווען דעם יום טוב אין קרית ברסלב אין ליבערטי, מיט א קיבוץ פון אנשי שלומינו, מיט אן התקשרות צום הייליגן רבי'ן. דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך טאקע גלייך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין ניו יארק, און אזוי אויך האבן די איבריגע אנשי שלומינו אונטערוועגנס געטראפן א וועג אנצוקומען צוריק אהיים. טייל זענען נאך אנגעקומען אהיים נאך דאנערשטאג נאכט, אבער די אידן פון מאלדאווא האבן געהאט א לענגערע אפשטעל אין לאנדאן, וואו מ'האט דארט געזאגט אינאיינעם סליחות זכור ברית, און אינדערפרי האט מען געדאווענט שחרית און זיך ארויסגעלאזט קיין ניו יאר, און זיי זענען ערשט אנגעקומען אהיים אום ערב יום טוב נאכמיטאג. עטליכע הונדערט משפחות פון אנשי שלומינו זענען געקומען אויף קרית ברסלב ליבערטי צו פראווען דעם יום טוב אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, די איינוואוינער פון שטעטל האבן אויפגענומען די פילע געסט מיט ברייטע ארעמעס, און צוגעשטעלט גענוג פלאץ פאר יעדן וואס האט נאר געוואלט קומען. די איבריגע אנשי שלומינו וואס זענען נישט אנגעקומען אהין, האבן זיך צוזאמגענומען יעדער אין זיין שטאט, צו דאווענען אינאיינעם מיט ברסלב'ע חסידים, מיט'ן הייליגן רבי'ן. אין וויליאמסבורג, בארא פארק, קרית יואל, מאנסי, סטעטן איילענד, ווי אויך אין ארץ ישראל און אין ענגלאנד, און אזוי ווייטער וואו עס וואוינען אנשי שלומינו, האט מען געמאכט א שיינעם קיבוץ, צו דאווענען אינאיינעם און זיך מקשר זיין צום הייליגן רבי'ן.
דער ראש ישיבה שליט"א האט שוין געהאט געשריבן פון פאראויס אז אויב וועט מען חס ושלום נישט קענען אנקומען דאס יאר קיין אומאן אויף ראש השנה, וויל ער מאכן דעם קיבוץ אינעם ברסלב'ער שטעטל אין ליבערטי, דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדריקט אז דאס שטעטל איז א הייליג פלאץ, אלע איינוואוינער אן אויסנאם זענען עוסק אין הפצה.
דער יום טוב אין שטעטל מיט'ן ראש ישיבה שליט"א איז אריבער מיט גרויס דערהויבנקייט און געשמאק. דאנערשטאג נאכט אום איינס אזייגער האט מען געזאגט סליחות זכור ברית מיט גרויס ווארעמקייט. נאך סליחות האט מען געגעבן פדיון נפש פאר'ן ראש ישיבה, ווי אויך אום ערב יום טוב האט מען געגעבן פדיון נפש, אז ווי דער רבי זאגט אז אום ערב ראש השנה זאל מען געבן א פדיון.
ערב יום טוב נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה אפגעווארט מיט גרויס שמחה די תלמידים וואס זענען דעמאלט אנגעקומען פון מאלדאווא. די חשובע תושבים האבן זיי אפגעווארט מיט די קארס, און זיי צוגעפירט צו זייערע באשטימטע אכסניות. ראש השנה ביים זמן איז מען זיך צוזאם געקומען אינעם גרויסן שול אין שטעטל צו מנחה, דער ראש ישיבה שליט"א איז צוגעגאנגען צום לעצטן מנחה פון יאר וואס מ'האט געדאווענט מיט א שטארקע התעוררות, צו מעריב איז צוגעגאנגען הר"ר אברהם הערש וועבערמאן הי"ו. נאך מעריב איז דער עולם אריבער זיך אנווינטשן לשנה טובה ביים ראש ישיבה, וואס האט יעדן שיין אנגעווינטשן.
דעם ערשטן טאג אינדערפרי, אום שבת קודש, האט מען געדאווענט אביסל שפעטער ווי געווענליך, צוליב די פילע אידן וואס זענען אנגעקומען ממש די לעצטע מינוט צום יום טוב, אז זיי זאלן אויך קענען דאווענען מיט ישוב הדעת. פאר'ן דאווענען האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט א שיעור גמרא. צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הר"ר שלמה ראטה הי"ו, און דער ראש ישיבה האט געדאווענט שחרית און מוסף ביידע טעג, וואס איז געווען זייער שיין, די בארימטע כאאר פון ישיבה אינאיינעם מיט די קינדער האבן זייער שיין מיטגעזינגען ביים דאווענען.
צו מנחה האט געדאווענט פאר'ן עמוד הר"ר יונה זינגער שליט"א, און דערנאך האט דער ראש ישיבה געזאגט א שיינע דרשה. דער ראש ישיבה שליט"א האט דערמאנט וואס דער רבי זאגט אין ליקוטי מוהר"ן אויף דעם וואס חז"ל זאגן אז ווען א מענטש האט געוואלט טון א מצוה, אפילו ער האט נישט מצליח געווען עס אויסצופירן, איז עס אזוי ווי ער האט מקיים געווען די מצוה, זאגט דער רבי אויף דעם אז דאס איז נאר געזאגט געווארן פאר איינעם וואס איז גרייט יוצא צו זיין מיט דעם "אזוי ווי", אבער א איד דארף באמת יא וועלן טון די מצוה אליין, און זיך נישט פטר'ן דעם אז ס'איז שוין "אזוי ווי" ער האט עס געטון. האט דער ראש ישיבה שליט"א אויסגעפירט און געזאגט אז מיר אלע האבן דאך נישט סתם געוואלט פארן, נאר מ'האט זיך טאקע אנגעשטרענגט מיט מסירות נפש און געפארן, נאר מ'האט נישט געקענט אנקומען אהין, איז זיכער אז עס איז ממש אזוי ווי מ'וואלט געווען אין אומאן, און דער רבי איז זיכער מיט אונז. און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט דברי חיזוק והתעוררות מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.
דערנאך האט מען געדאווענט מעריב, דער שליח ציבור איז געווען הר"ר אברהם הערש וועבערמאן הי"ו.
כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה, אויך אין צווייטן טאג יום טוב האט דער עולם האט מיטגעהאלטן די געהויבענע תפלות. דער ראש ישיבה האט געזאגט א דרשה פאר תקיעת שופר, ער האט מעורר געווען אויסצונוצן די געהויבענע מינוטן ווי עס דארף צו זיין, בשעת מען בלאזט שופר צומישט מען די טענות פונעם שטן, און ער קען נישט מקטרג זיין, און דערפאר איז עס זייער א גוטע צייט וואס מ'קען בעטן דעם אייבערשטן וואס מ'וויל, און איבערבעטן דעם אייבערשטן. אויך האט דער ראש ישיבה זייער שטארק געבעטן אז קיינער זאל נישט פיינט האבן א צווייטן, מען זאל זיך זייער דערווייטערן פון מחלוקת, אפילו ווען מ'האלט אנדערש פון יענעם, דארף מען זיך נאך אלץ ליב האבן, דער ראש ישיבה שליט"א האט זייער אנגעווארעמט דעם ציבור אז ווער ס'האט א שווער הארץ אויף א צווייטן, איז יעצט די ריכטיגע צייט יעדן מוחל צו זיין, און אנהויבן א נייעם בלאט אין לעבן, צו זיין בשלום ושלו מיט אלע אידישע קינדער. ווי אויך האט דער ראש ישיבה צוגעלייגט אז אזוי ווי דאס יאר זענען די פרויען אויך אין שול ביים דאווענען, האט ער זיי אויך מעורר און מחזק געווען אויף צניעות.
נאכמיטאג האט מען געדאווענט מנחה, פאר'ן עמוד האט געדאווענט הר"ר מרדכי היימליך הי"ו, און דערנאך איז מען אינאיינעם געגאנגען צו תשליך צו אן ארטיגע טייך. נאך תשליך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ, אזוי ווי ס'איז איינגעפירט אין ברסלב אז אום ראש השנה טאנצט מען נישט ביז נאך תשליך.
דערנאך איז מען צוריק געגאנגען אין שול וואו דער ראש ישיבה האט ווידער געזאגט א דרשה. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ווען דער רבי האט געלעבט זענען אנשי שלומינו געקומען צו אים דריי מאל א יאר, אום ראש השנה, שבת חנוכה, און יום טוב שבועות. דער ראש ישיבה האט דאס מסביר געווען אז דאס איז די דריי זאכן וואס דער רבי ברענגט אריין אין אונז, ראש השנה איז מען ממליך דעם אייבערשטן, דער רבי ברענגט אריין אין אונז אזא שטארקע אמונה אז דער אייבערשטער איז אלעמאל מיט אונז, און מיר קענען רעדן צו אים אין יעדע צייט; חנוכה איז א צייט וואס מ'דאנקט און מ'לויבט דעם אייבערשטן אויף אלע ניסים און חסדים וואס ער טוט מיט אונז כסדר, און אום יום טוב שבועות זענען מיר מקבל די הייליגע תורה, דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א סדר דרך הלימוד מיט וואס יעדער איד אן אויסנאם קען זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה, און אז מיר וועלן פאלגן דעם הייליגן רבינ'ס עצות, וועלן מיר זיכער זיין אמת'ע ערליכע אידן און אנקומען צו וואס מיר דארפן אנקומען.
דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין מיט'ן רבי'ן אויף ראש השנה, און מיר זאלן מיטנעמען די עצות פון הייליגן רבי'ן אויך אויף די גאנצע יאר, נאר מיט א צדיק קען מען מצליח זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.
ויום טוב היו עושים בצאתם בשלום מן הקודש, מוצאי יו"ט נאך מעריב און הבדלה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ, מ'האט געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע זכי' אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן, אז מיר האבן זוכה געווען צו דאווענען אום ראש השנה מיט'ן קיבוץ פון הייליגן רבי'ן, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען זיכער גע'פועל'ט א גוט געבענטשט יאר פאר זיך און פאר די גאנצע משפחה.
מי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה!