הערליכע דרשה געהערט געווארן אין לעיקוואוד פארגאנגענעם ליל שישי
ז חשון תשע"ח 📝
א געפאקטער ביהמ"ד האט זיך פארזאמעלט נעכטן ליל שישי פר' לך לך אין ביהמ"ד ברסלב אין לעיקוואד לשמוע את דבר ה' צו הערן א דרשה פון הגה"צ דער ראש ישיבה שליט"א.
דער עולם איז געזיצן בערך איינס און א האלב שעה צוגענאגעלט צו די פלעצער צוהערנדיג די עצות און חיזוק וואס דער רבי גיט אונז. דער ראש ישיבה האט שטארק ארויסגעברענגט אז מ'זאל לעבן מיט "לך לך", א איד זאל טון פאר זיך, קיינער דארף נישט קוקן אויף א צווייטן. ער קען לערנען עטליכע שעה, אסאך פרקים משניות. ווייל איך קען לערנען קוים אפאר מינוט, און קוים עפעס זאל איך גארנישט לערענען? טו וויפיל און וואס "דו" קענסט.
דער עולם אין ביהמ"ד האט זיך מחי' געווען מיט די דרשה, און געבעטן דעם ראש ישיבה זאל קומען נאכאמאל און מער אפט.
צו זען בילדער פון די דרשה
צו הערן די שיעור