גאר א שיינעם מעמד הכנסת ספר תורה האבן אנשי שלומינו מיטגעהאלטן מיט גרויס התרגשות דעם מיטוואך, ווען עס איז אריינגעגעבן געווארן א נייעם ספר תורה אין בית המדרש היכל הקודש אין בארא פארק.
דער ספר התורה האט אריינגעגעבן הרה"ג מוהר"ר יצחק לעזער שליט"א, לעילוי נשמת כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע.
אין די נאכמיטאג שעה'ן האבן זיך אנשי שלומינו אנגעהויבן צוזאמצוקומען צו די כתיבת האותיות, יעדער האט געוואלט האבן די זכיה אריינצושרייבן אן אות אינעם נייעם ספר תורה.
נאכ'ן ענדיגן שרייבן די אותיות האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ מיט גרויס התלהבות צו באגלייטן דעם ספר תורה פונעם הויז ביז'ן בית המדרש. הונדערטער אנשי שלומינו אנגעטון מיט בגדי שבת האבן געטאנצן ברחובה של עיר און זיך געפריידט בשמחת התורה. די פייערדיגע ריקודין האבן אנגעהאלטן פאר א לענגערע צייט, די טענץ האבן זיך אריינגעצויגן אין בית המדרש וואו מען האט אריינגעלייגט דעם נייעם ספר תורה אין ארון הקודש.
ביי די סעודת מצוה לכבודה של תורה האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פון הרה"ג מוהר"ר יצחק לעזער שליט"א וואס האט דערציילט ווי אזוי גלייך נאך די סתימת הגולל פון מוהרא"ש זי"ע האט ער געטראפן דעם סופר אויפ'ן בית החיים, און דעמאלט האט ער אים שוין באשטעלט אנצוהויבן שרייבן דעם ספר תורה לע"נ מוהרא"ש זי"ע, און יעצט איז עס ב"ה פארטיג געווארן. ווי אויך האט ער ארויסגעברענגט אז די הכנסת ספר תורה קומט אויס אום ז' אדר, דער טאג וואס משה רבינו איז נסתלק געווארן און אין יענעם טאג האט ער געשריבן 13 ספרי תורה, און אזוי ווייטער האט ער מאריך געווען מיט דברי חיזוק והתעוררות און איבער דעם יום טוב פורים הבא עלינו לטובה.
דערנאך האט גערעדט דער ראש ישיבה שליט"א איבער ווי אזוי זיך צוצוגרייטן צום פרייליכן יום טוב פורים, המן האט נישט געקענט ליידן צו זען ווי אזוי מרדכי וויל זיך נישט בייגן פאר אים, דער יצר הרע קען נישט ליידן ווען א איד וויל זיך נישט בייגן פאר אים, דער עיקר וואס דער יצר הרע וויל פון א איד איז אז ער זאל ווערן צעבראכן און אויפגעבן, און ווען דער איד האלט זיך שטארק און גייט אן מיט זיין עבודת ה' אן צו קוקן אויף סיי וואס דער יצר הרע זאל אים נאר אראפווארפן, קען דער שטן דאס נישט דערליידן.
נאך ברכת המזון איז זיך דער עולם צוגעגאנגען מיט גרויס התרגשות און התחזקות פון דעם געהויבענעם מעמד.
 
שישו ושמחו בשמחת התורה!