הערליכע הכנסת ספר תורה דורכ'ן חשוב'ן דיין שליט"א דעם חול המועד
ג חשון תשפ"ז 📝
מ'האלט שוין היבש נאכן פרייליכן און געשמאקן יום טוב סוכות, אבער עס ליגט נאך אלץ טיף אין די ביינער די געהויבענע און הערליכע שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז אפגעראכטן געווארן דעם צווייטן טאג חול המועד אינעם שטעטל, וועלכע איז אריינגעגעבן געווארן דורכן חשובן דיין פונעם שטעטל, הרה"ג מו"ה יונה זינגער שליט"א.
די סיום כתיבת האותיות איז שוין אפגעראכטן געווארן נאך פאר יום טוב, איין טאג אין בארא פארק און איין טאג אינעם שטעטל. עס האבן זיך באטייליגט און אריינגעשריבן אותיות דער ראש ישיבה שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, הגה"צ קארלסבורגער רב שליט"א, און הגה"צ דומ"ץ סאטמאר לב אהרן שליט"א פון בארא פארק, אינאיינעם מיט נאך פילע חשוב'ע רבנים און אידן.
צום באשטימטן צייט דינסטאג חול המועד האט זיך דאס גאנצע שטעטל צוזאמגענומען, אנשים נשים וטף, אינאיינעם מיט א גרויסן עולם געסט וואס זענען געקומען צו פארן פון דערווייטנס, קרובים וידידים פונעם דיין שליט"א און פילע אנשי שלומינו. אלע האבן זיך פארזאמלט ביים הויז פונעם דיין שליט"א אין שטעטל, פון וואו מען איז ארויסגעגאנגען בתופים ובמחולות מיט פייערדיגע טענץ און געזאנג, אנגעפירט דורך די חשוב'ע און טאלאנטפולע שפילער און זינגער פון אנשי שלומינו. מען האט געטאנצן לעבעדיג דעם גאנצן וועג ביז צום בית המדרש אויף האשקי, וואו מען איז ארויסגעקומען מיט די ספרי תורה פון שול מקבל פנים צו זיין דעם נייעם ספר תורה. דאן איז דער נייער ספר תורה אריינגעפירט געווארן אין בית המדרש, וואו מ'האט ווייטער געטאנצן מיט א גרויסע שמחה און התרגשות פאר א לאנגע צייט לכבודה של תורה.
דער דיין שליט"א האט מיט גרויס התרגשות געמאכט די ברכת שהחיינו אויפ'ן נייעם ספר תורה, און פארגעזאגט דעם קאפיטל "לדוד מזמור" בשעת מ'האט אריינגעלייגט דעם ספר תורה אינעם ארון הקודש.
די סעודה איז אפגעראכטן געווארן אינעם גרויסן סוכה פונעם בית המדרש, וואו די באטייליגטע האבן זיך געקוויקט מיט א רייכע סעודה כיד המלך. עס האט אויפגעטרעטן מיט שיינע דברי ברכה דער שווער פונעם דיין שליט"א, הרה"ח ר' שמחה פנחס שטראהלי שליט"א, משב"ק אדמו"רי באבוב. ער האט געעפנט זיין דרשה מיט די הייליגע ווערטער פונעם רבי'ן אין ספר המדות: "על ידי דיינים כשרים, התורה חביבה בעולם", וואס דאס קומט אריין זייער פאסיג צום יעצטיגן מאמענט ווען דער חשוב'ער דיין האט אריינגעגעבן א ספר תורה. ער האט ארויסגעברענגט אז דאס איז א "שמחה משולשת": די שמחה פונעם הכנסת ספר תורה, אינאיינעם מיט דעם פרייליכן יום טוב סוכות - זמן שמחתינו, און די שמחת בית השואבה. ער האט ווייטער ממשיך געווען מיט שיינע טרעפליכע דיבורים, און האט מסיים געווען מיט חרוזים פונעם זיידן דער הייליגער חתם סופר זי"ע, וואס דער חתם סופר האט מחבר געווען טאקע לכבוד אן הכנסת ספר תורה וואס ער האט אריינגעגעבן אום חול המועד סוכות.
דערנאך האט מען געהערט שיינע דיבורים פונעם דיין שליט"א, וועלכער האט ארומגערעדט איבערן הייליגן יום טוב סוכות און איבערן ענין פון הכנסת ספר תורה. דער דיין האט געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע זכיה פון קענען שרייבן א ספר תורה, און אויף די זכיה צו קענען מרביץ תורה זיין פאר אידן.
דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א. ער האט ארויסגעברענגט אז יעצט, ווען מיר האלטן ביים מסיים זיין און נאכאמאל אנהויבן די הייליגע תורה אום שמחת תורה, איז דאס די מערסטע פאסיגע צייט אריינצוגעבן א ספר תורה. ער האט אויך מעורר געווען זיך צו שטארקן אין די מצוה פון מעביר סדרה זיין יעדע וואך. דער ראש ישיבה שליט"א האט מאריך געווען איבער די גרויסקייט און די סגולות וואס ליגן אין די מצוה, און דערמאנט דאס וואס מוהרא"ש פלעגט כסדר זאגן, אז א מענטש דארף מאכן א חשבון ביי זיך אויב ער טוט טאקע די מצוה יעדע וואך.
די סיבה פארוואס מענטשן זענען זיך אמאל מתרשל איז ווייל נישט יעדער קען דאס באווייזן אום פרייטאג; דעריבער דארף מען וויסן אז לויטן שלחן ערוך קען מען איינטיילן די פרשה במשך די גאנצע וואך. אויב מען לערנט יעדן טאג א שטיקל שנים מקרא ואחד תרגום – וואס נעמט אינסעגזאמט נאר ארום זעקס-זיבן מינוט א טאג – קען מען גרינג ענדיגן יעדע וואך די גאנצע פרשה און זוכה זיין צו אלעס גוטס.
דער ראש ישיבה שליט"א האט מיט פייערדיגע דיבורים ארויסגעברענגט די געוואלדיגע חשיבות פון לערנען תורה, ער האט ארויסגעברענגט אז דאס איז די איינציגסטע זאך וואס קען מאכן א מענטש באמת צופרידן און נאר דאס זעטיגט אן די נשמה. מ'דארף נישט מאכן קיין איבעריגע חשבונות וואו מ'האלט אויף דער וועלט; אפילו אויב מ'איז פארפארן אדער ארויסגעפאלן פון די קבועה'דיגע שיעורים, קען מען אלעמאל אנהייבן פון דאסניי. מ'זאל פשוט נעמען א חומש, א משניות, א תהלים, אדער א גמרא, און געבן אביסל "עסן" פאר'ן נשמה.
דער ראש ישיבה שליט"א האט אויך ארויסגעברענגט די גרויסע זכיה פונעם דיין שליט"א, וואס האט זיך אוועקגעגעבן און איז געקומען וואוינען אינעם שטעטל מיט'ן איינציגן ציל צו קענען ענטפערן שאלות פאר די תושבים, אריינבלאזן א פרישע חיות אין יעדן אינגערמאן, אנפירן מיט'ן ארטיגן כולל, און נאך פילע גוטע זאכן וואס דער דיין טוט כסדר לטובת הקהילה.
דער ראש ישיבה האט אויסגעפירט מיט ווארעמע ברכות פאר'ן דיין שליט"א, פאר זיין חשוב'ע משפחה, און פאר'ן גאנצן עולם. די געהויבענע און הערליכע הכנסת ספר תורה וועט בלייבן איינגעקריצט אין די ביינער פאר א לאנגע צייט.