הערליכע ווידיא "באזוך אין קרית ברסלב" ערשינען
כו סיון תשפ"ד 📝
אין די לעצטע טעג איז ערשינען א הערליכע ווידיא, "א באזוך אין קרית ברסלב ליבערטי", וואס נעמט אונז אויף א שפאציר אין דעם פרישן שטעטלוואס האט זיך געגרינדעט פאר פיר יאר צוריק מיט'ן ציל צו שאפן אן אחדות'דיגע און געשמאקע לעבן, און צו געבן די קינדער אַ חינוך דורך די הייליגע מוסדות על טהרות הקודש, וואו די קינדער ווערן נתחנך אויף די וועג ווי אזוי דער ראש ישיבה שליט"א האט אוועקגעשטעלט, אז די קינדער זאלן וואקסן געזונט ברוחניות ובגשמיות און ווערן ערצייגן מיט די ריינע אמונה דורך די געטרייע מלמדים און מחנכים.
מען האלט מיט א "סדר אין כולל" ווי צוויי מנינים אינגעלייט וואס נפשם חשקה בתורה זיצן און לערנען מיט התמדה אין צענטראלן בית המדרש, און וואקסן אויס די צוקונפטיגע דיינים בעז"ה.
דערנאך כאפט מען א קורצע בליק אין פילע לאקאע בתי מדרשים און מקואות וואס ביישיינען די אנדערע געגענטער פונעם שטעטל, מען גיין אריין אין בית המדרש מקור השמחה, בית המדרש ירושלים, בית המדרש אשר בנחל, דער ריבניצע מקוה, בית המדרש פעולת הצדיק, און בית המדרש עצתו אמונה, וואס ווערט באנוצט דורך די איינוואוינער דורך די וואך און נאך מער שבת קודש.
אויך נעמט מען א קליינע בליק אינעם צוקונפטיגער צענטראלע בית המדרש וואס וועט האבן שטיבלעך צום דאווענען מיט א גרויסע מקוה אויף די בארדיטשוב גאס אין שטעטל, וואס האלט זיך אינמיטן בויען.
מען גייט דערנאך אויף א באזוך אינעם גרויסן באקאנטן לעמאנעיד סופערמארקעט געשעפט וואס געפונט זיך אין קרית ברסלב ליבערטי און איז אפן א גאנץ יאר צוצושטעלן אלע געברויכן פאר תושבי קרית ברסלב. און דערנאך כאפט מען א שמועס מיט עטליכע ביזנעסלייט און הערן פון זיי ערשטהאנטיג ווי אזוי די ביזנעס וועלט אין די קעטסקילס גייט צו און ווי אזוי זייער לעבן שפרודלט אויף אן אויסערגעווענליכן פארנעם.
מען שטאט אפ א באזוך אינעם תלמוד תורה, ווי מען זעט די פילע קלאס צימער'ן ווי די ריינע תינוקות של בית רבן לערנען מיט התמדה, דערנאך אין די ישיבה קטנה ביי די בחורים, וואס די הארץ ווערט איבערגעפילט מיט נחת זעענדיג די זיסע קינדער ווערן נתחנך פון די פריעסטע יוגענט צו לעבן מיט'ן אויבערשטן. דערנאך זעט מען די פילע חדר באסעס וואס טראגן אהיים די קינדערלעך, און מען כאפט א שפאציר אינעם ריזיגן "קרן הדפסה היכל הקודש" בנין, וואס דרוקט ביי זיי איבער א מיליאן קוטרסים און ספרים א יאר.
מען זעט אן אינטערעסאטנע ווינטער באזוך אינעם "אילן החיים" אינגל זומער קעמפ, און אינעם "בית פיגא" מיידל זומער קעמפ, אזוי אויך אינעם מצה בעקעריי. א קורצע בליק אינעם באזאר, און אינעם קיאסק. וואס דאס אלעס איז בלויז א טיפה מן הים פון די אקטיוויטעטן אינעם שפרודלדיגן שטעטל.
איבער צען טויזענט אידן פון איבער די וועלט האבן שוין געהאט די געלעגענהייט דורכדעם צו קענען געבן א קליינע בליק אינעם שטעטל מיט די קהילה און מוסדות, ארויסגעגעבן און פראדוצירט דורך מו"ה ארי פיש הי"ו, דער באזוך איז אפגעכאפט געווארן העכסט פראפעסיאנאל, און געבט א קליינע בליק אויפן שפיץ גאפל פון וואס עס טוט זיך אין די נייע אבער הערליכע קהילה מיט די מוסדות.
מען הערט צוריק געוואלדיגע גריסן פון די אלע צוקוקער, וואס האבן באקומען א נייע בליק אויף די מוסדות און די קהילה, און פילע זאגן אז דאס האט זיי געעפנט די אויגן צו זען די שיינקייט פון קהילת היכל הקודש.
מען קען זען דעם ווידיא אנליין אינעם "ברסלב עניטיים" וועבסייט, אדער קען מען עס דאונלאודן.
א באזוך אין קרית ברסלב ליבערטי