הערליכע וועטערס ווערן ערווארטעט בעז"ה אין אומאן אין די ראש השנה טעג
יח אלול תשע"ט 📝
בעת עס ווערן געמאכט די לעצטע הכנות אין אומאן זיך אנצוגרייטן פארן גרויסן פלייץ פון אידישע קינדער וואס וועלן איבערפולן יעדעס ווינקל אינעם גאנצן אומגעגענט, קומט אריין די גוטע נייעס פון די וועטער מבינים אז עס ווערט ערווארטעט בעז"ה גאר שיינע וועטערס אין אומאן אין די טעג פון ראש השנה.
די וועטער זאגט פאר פאר די אלע טעג טרוקענע וועטערס, די טעמפעראטור ווערט ערווארטעט צו זיין בערך 65-70 בייטאג, און בערך 45-50 ביינאכט. מיט איין אויסנאם פון ערב שב"ק נצבים פארמיטאג וואס האט לעת עתה א 30% שאנס פאר רעגן.
עס דארף אנגעמערקט ווערן אז א וועטער באריכט פון א וואך פריער, איז נישט גענוג פארלעסליך, און בפרט אין אוקריינע איז די וועטער שאצונג א גאנץ יאר נישט זייער קראנט.
דערפאר דארף מען נאך ווייטער מתפלל זיין אז אויסער וואס מיר זאלן אנקומען קיין אומאן בשלום און אהיים קומען בשלום, די פעקלעך זאלן אנקומען, און אזוי ווייטער אלעס זאל פארן גלאטיג, זאל מען אויך מתפלל זיין אז די וועטערס זאלן זיין פיינע געשמאקע וועטערס אין די פאר טעג.
און דער עיקר דארף מען געדענקען צו וואס מען קומט צו פארן צום הייליגן רבין, ווייל ער האט געבעטן און געפאדערט אז מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, און ער וועט אונז פאררעכטן. דארף מען אויסנוצן די מורא'דיגע געלעגענהייט ווען מיר זענען פאר די פאר טעג ביים הייליגן ציון, נישט צו ווערן פארטושט די מוח מיט אלע נארישקייטן, פון גיין זען די מארק פלעצער, אדער וועלכע שול איז שענער און גרעסער, אדער גיין דעם דעם זינגער אדער דעם שפילער, וכו' וכו', נאר האלטן די קאפ אויפן פלאץ און אויסנוצן די הייליגע מינוטן מיטן לויפן צום הייליגן ציון און אויסבעטן א גוט יאר פאר זיך, פאר די גאנצע משפחה, און פאר גאנץ כלל ישראל.
ונתנה תוקף קדושת היום כי הוא נורא ואיום