געלויבט דעם אייבערשטן אז עס איז דורך א הערליכע זומער ווי אנשי שלומינו האבן פארברענגט מיטן אייבערשטן אינעם ברסלבן שטעטל.
 
אלע האבן ברוך השם גוט אויסגענוצט די צייט, די אינגעלייט און די בחורים און אפילו די אינגעלך האבן אריינגעכאפט טויזנטער פרקים משניות, טויזנטער בלעטער בבלי ירושלמי תוספתא, מען איז דורך חומש שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י יעדע וואך, און נאך פילע לימודים, אלע אינעם שטעטל סיי די מענער און סיי די פרויען סיי די בחורים און סיי די מיידלעך האבן אריינגעכאפט אסאך התבודדות, מען האט פארברענגט אינעם שויס פונעם באשעפער'ס בריאה און אסאך גערעדט און זיך אויסגעשמועסט מיטן אייבערשטן אין די פעלדער און וועלדער, אזוי אויך נעמט מען מיט זיך טצענדליגע טויזנטער קאפיטלעך תהלים.
 
עס איז דורך א זומער ב"ה מיט פילע אידישע שמחות קע"ה, אין שטעטל איז א שמחה יעדעס אינגל אדער מיידל וואס עס ווערט געבוירן. ביי ערליכע אידן ווייסט מען עס קינדער איז א ברכה. אזוי אויך זענען געשלאסן געווארן ברוך השם אסאך שידוכים ברוך השם, אסאך בחורים און מיידלעך זענען אויפגעראכטן געווארן ווען מען האט אין א מזל'דיגע שעה געבראכן טעלער, דאס אליינס אז זיי גייען אויפשטעלן א אידישע שטוב מאכט זיי שוין גענוג פרייליך אז מען דארף שוין נישט געבן קיין טייערע מתנות, קויפן טייערע ברענד נעים קליידער אדער פוירניטשער, דינגען א טייערע זאל, שפילער, זינגער און בדחן זיי זאלן זיין פרייליך מיט זייער חתונה. 
 
די אינגעלייט און די ווייבלעך האבן זיך אפגעגעבן מיט זייער אייגענע משפחה, מען האט אוועקגעווארפן די פארשאלטענע "סאשעל מידיע" וואס בארויבט אונזער טייערע צייט, מען איז אהיים געקומען צו די משפחה געשמועסט און פארברענגט, און זיך אפגעגעבן מיט די קינדער, זיי מיטגענומען אין שול דאווענען נעבן זיך און זיי אריינגעגעבן א געשמאק אין אידישקייט מיטן געבן פאר זיי גוטע זאכן פארן דאווענען שיין און ענטפערן אמן.
 
מען האט אויסגענוצט די פילע געלעגענהייט זיך אריבערצוכאפן צו איינע פון די פילע שיעורים פון ראש ישיבה, איינער אינדערפרי א בלאט גמרא, אנדערע נאכמטיג צום שיעור אין סיפורי מעשיות, אדער ליל שישי דער שיעור פאר אינגעלייט, מען האט געשלינגען מיט דורשט די הייליגע ווערטער און מען האט זיך איינגעקויפט שכל, עצות און חיזוק פון הייליגן רבין אויף דעם זעלבן וועג ווי מוהרא"ש האט עס מקבל געווען.
 
אזוי אויך האבן זיך אנגעזען אין שטעטל כסדר פילע געסט וואס האבן זיך אריבערגעכאפט פון קרית יואל, מאנסי, ברוקלין אדער אפילו פון ארץ ישראל צו וויילן מיטן ראש ישיבה אין שטעטל אויף א שיעור, אדער א טאג וואך אדער שבת, גליקליך זענען געווען די וואס האבן באוויזן צו עסן א "סעודה מיטן ראש ישיבה" און האבן מיטגענומען הדרכה אויף למעשה וויאזוי מען פירט א שבת טיש מיט די ווייב און קינדער, ווי מען לאזט זיך אראפ, מען פארציילט מעשיות, מען זינגט זמירות, און מען פריידט זיך מיט יעדע מינוט פון שבת.
 
יעצט ווען מען גייט צוריק אהיים, נעמט מען מיט די אלע עצות און חיזוק צו זיך אין שטוב, ווי מען וועט ווייטער טון למעשה אלעס וואס דער ראש ישיבה לערנט אונז, מען וועט רעדן צום אייבערשטן, רעדן שיין צו די ווייב, זיך אפגעבן מיט די חינוך פון די קינדער, לערנען יעדן טאג כאטש אביסל, און זיך פרייען מיטן שלא עשני גוי.