הערליכע זומער געענדיגט ב"ה אויף די בערג אין קרית ברסלב
כט אב תשפ"ד 📝
אין די טעג קערן זיך אנשי שלומינו ברוך השם צוריק אין שטאט אריין, נאכן פארברענגען א געשמאקע זומער צווישן די בערג אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, ווי די פילע משפחות, און תלמידי הישיבה האבן געהאט א זומער צום געדענקען אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א וואס האט געוויילט אין שטעטל פאר די זומער סעזאן.
אלע האבן אויסגענוצט דעם שיינעם זומער מיט פארברענגען אינטערן שאטן פונעם אייבערשטנ'ס הערליכן בריאה וואס ער האט באשאפן פאר אונז אידישע קינדער מען זאל זיך קענען אביסל מיישב זיין און שפאצירן צווישן די גראז און ביימער, וואס דאס אלעס איז הכנה צום יום הדין ראש השנה וואס שטייט שוין ביים שוועל.
יעצט נאכן זומער האט זיך אנגעהויבן צוריק מיט א פרישקייט די לימודים אין אלע קלאסן, ווי מען גייט מיט א פרישקייט אריינבראקן אין די קינדער די ריינע אמונה אינעם אייבערשטן.
אין שטעטל גייט ווייטער אן די מוסדות פון די קינדער די אינגלעך און די מיידלעך, מען גייט צוריק צום געווענליכן סקעדזשול, אזוי אויך האט זיך יעצט אנגעהויבן דער פרישער זמן אין ישיבה, וואס איז אריבערגעפירט געווארן צום בנין היכל ראזענבערג הינטערן בית המדרש אויף האשקי.
די ישיבה ווערט געפירט דורך דעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט געשטעלט דעם חשובן מגיד שיעור הרב יוסף שניצלער שליט"א וואס פארשטייט גאר גוט צו די בחורים, און געבט זיך אפ מיט יעדן ווי אן אייגן קינד. צום נייעם זמן האט מען אויפגענומען א פרישע מגיד שיעור הרב יעקב לעסער שליט"א וואס וועט פארלערנען יעדן טאג א שיעור אין גמרא, ר' יעקב גאר גוט באקאנט מיט זיין געשמאקן וועג פון פארלערנען. ער לערנט דעם דף גמרא יעדן טאג מיט די חשובע קינדער פון חדר, און יעצט וועלן אויך די בחורים נהנה זיין פון אים.
די תלמוד תורה וועט ווייטער אנגיין ביים בנין אויף 33 טשעסנאט, וואס איז שוין אויסגעוואקסן, און מען האפט בקרוב צו אנהייבן בויען גאר א גרויסן בנין אויף די קראס פארם גאס ביים ווינקל פון די דענמאן גאס, עס דארף נאך אריבערגיידן די אפראוועלס פון די העלט דעפארטמענט, וואס ביזדערווייל ווילן זיי נישט געבן קיין ערלויבעניש צו גיין ווייטער, און מען דארף פאר דעם האבן די תפילות פון אנשי שלומינו אז דאס זאל ווי שנעלער ווערן אפראווד.
די סקול האט זיך ברוך השם אנגעהויבן די לימודים מיט א פרישקייט, איין קלאס וועט אריבערגיין צום בנין פון 29 לינקאלן וואס איז ביז יעצט געווען אין באניץ פאר די ישיבה, און יעצט וועט עס ווערן געניצט פאר די סקול.
אזוי אויך אין וויליאמסבורג הייבן זיך פריש אן די לימודים אין די מוסדות סיי די אינגלעך און סיי די מיידלעך און אזוי אויך ביי די בחורים.
דער אייבערשטער זאל העלפן די פרישע זמן זאל אריבערגיין מיט הצלחה, אלע קינדער זאלן אויסוואקסן אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געוואלט, אנגעפילט מיט אמונה און א שמחה צו יעדע מצוה. די מלמדים און טיטשערס זאלן האבן די כוחות אנצוגיין ווייטער מיט מחנך זיין די חשובע קינדער.