הערליכע זומער מיטן ראש ישיבה אין קרית ברסלב ליבערטי
יב תמוז תשפ"ב 📝
דער זומער איז שוין ב"ה דא, און דער קול תורה פון די אלע תלמידים פון די הייליגע ישיבה תפארת התורה הערט זיך שוין מיטן פולן קראפט אין די קעטסקיל בערג.
אין די לעצטע דריי יאר זינט דער שטעטל איז געווארן אויפגעשטעלט, איז דער קעמפ געווארן א חלק פון שטעטל. אבער אזוי ווי דער שטעטל איז זיך קיין עין הרע צואוואקסן, און כדי נישט צו פארדרייען דעם סדר אין בית המדרש, די מנינים שחרית, דער כולל אינגעלייט וואס לערנען דארט א גאנץ יאר, און אזוי ווי דער קרן הדפסה האט זיך נארוואס אריינגעצויגן אינעם נייעם גרויסן בנין, האט דער ראש ישיבה געהייסן אז דער ביז יעצטיגער בנין פונעם קרן הדפסה אונטערן בית המדרש זאל פארוואנדעלט ווערן פאר א בית המדרש פאר די חשובע בחורים. מען האט אונטערגענומען די נויטיגע רענאוואציעס צו טוישן דעם אויסשטעל פון דעם בנין אז עס זאל זיין פאסיג פאר די בחורים זאלן דארט קענען זיצן און לערנען, מען האט אריינגעלייגט טישן און בענק, און אריינגעברענגט אן ארון הקודש און אזוי ווייטער.
במשך דעם זומער נוצן אויס די פילע געסט פון אלע ארומיגע שטעטלעך אין די קעטסקיל בערג דאס וואס דער ראש ישיבה וויילט אין זייער סביבה, און כאפן זיך כסדר אריבער אין שטעטל צו מיטהאלטן די שיעורים.
דער ראש ישיבה לערנט פאר פארשידענע שיעורים במשך דעם טאג, אנגעהויבן אכט אזייגער אינדערפרי ווען דער ראש ישיבה לערנט פאר דעם שיעור אין גמרא, דער ראש ישיבה לייגט צו שיינע זאכן וואס מען קען זיך ארויסלערנען אויף למעשה פונעם דף, מיט די הקדמות פון הייליגן רבין, וואס האט אלע טעמים.
אבער דער טעגליכן "סיפורי מעשיות" שיעור וואס ווערט פארגעלרענט יעדן טאג אום 8:30 אווענט, איז דער הויכפונקט פון די שיעורים וואס איז א מאגנעט וואס ציעט צו הונדערטער בחורים און אינגעלייט פון נאנט און ווייט, וואס דערקוויקן זיך דאס הארץ מיט די שיינע חיזוק און הדרכה מיט וואס דער שיעור ווערט דורכגעפלאכטן.
דער אנגעפילטער סדר היום ענדיגט זיך מיט א ווארימע תפלת מעריב תיכף נאכן שיעור.
עֵת הַזָּמִיר הִגִּיעַ וְקוֹל הַתּוֹר נִשְׁמַע בְּאַרְצֵנוּ!