הערליכע חנוכת הבית פון בית המדרש היכל הקודש לינדען
כה חשון תשפ"ד 📝
אין א פרייליכע אנטוויקלונג פאר אנשי שלומינו אין לינדען ניו דזשערסי, נאך אסאך תפילות צום אויבערשטן האט מען זוכה געווען צו טרעפן א פאסיגע פלאץ פאר א "בית המדרש היכל הקודש לינדען"
ווי שוין באריכטעט געפונט זיך דער בית המדרש אויף 294 נארט וואוד עוועניו, ווען אין די ערשטע וואך פרשת נח האט מען געדאווענט אינאיינעם ביי שלש סעודות, מיט פלענער אז בקרוב וועט מען אנהייבן דאווענען דארט אלע דריי תפילות שבת קודש, און אזוי אויך שיעורי תורה, און חבורות אינדערוואכן.
פארגאנגעם ליל שישי איז דער ראש ישיבה שליט"א געקומען פראווען א חנוכת הבית פאר'ן בית המדרש, אינאיינעם מיטן סיום מסכת קידושין און סיום "חצי ש"ס", מען האט זיך געוואשן צו א שיינע סעודה לכבודה של תורה.
נאך נטילת ידים האט דער ראש ישיבה שליט"א אנגעהויבן דעם סיום דורך פארלערנען ברבים דעם לעצטן דף פון מסכת קידושין, און אריינגעפלאכטן שיינע חיזוק און עצות פון הייליגן רבין. דער ראש ישיבה האט שטארק ארומגערעדט ווי שטארק מיר דארפן היטן אונזערע טייערסטע פארמעגן די קינדער זיי צו האלטן ריין און הייליג, ווי די משנה זאגט אז איינער וואס איז נישט חתונה געהאט טאר נישט זיין קיין מלמד, בפרט - האט דער ראש ישיבה צוגעלייגט - אז רוב אינגעלייט פון די קהילה אין לינדער זענען מלמדים, ליגט אויף זיי א געוואלדיגע אחריות צו רעדן צו די קינדער איבער עניני קדושה, און זיי געבן די כחות זיך צו קענען אן עצה געבן אין לעבן.
דער ראש ישיבה האט געזאגט אז עס איז א געוואלדיגע בושה ווען מענטשן זאגן דעם ממרא "אכשר דרא" אויף דעם, ווייל היינט זענען די נסיונות נאר ערגער, און מען הערט ליידער צוזאם שרעקליכע זאכן, און כאטש די גמרא דרוקט זיך אויס "לא נחשדו ישראל וכו'". דער ראש ישיבה האט פארציילט ווי מוהרא"ש האט אים געזאגט סוף ימיו אז ער שפירט אז ער קען נישט דערהייבן די שרעקליכע שמועות וואס מען הערט אין עניני קודשה, ווי נידעריג דער דור איז געפאלן ר"ל. דערפאר מוזן מיר רעדן צו די קינדער קלארע ווערטער, און וואס פריער איז בעסער, כדי מען זאל נישט זיין ח"ו א צועק לשעבר.
נאכן זאגן דעם הדרן, און זינגען שיינע ניגונים לכבוד דעם סיום האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט דעם בארימטן וועכענטליכן ליל שישי שיעור פאר די אינגעלייט, רוב פון דעם שמועס איז געווען איבער די גרויסקייט פון לערנען תורה, דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך געבעטן צו די אינגעלייט "פרובירט עס אויס", יעדער האט גוטע תירוצים, מען איז פארנומען, מען דארף צאלן בילס, א מארטגעדזש, משפחה עלטערן, ווייב און קינדער, יעדער דארף זיך פרעגן "ווען גיי איך מיך שוין נעמען אין די הענט אריין"? די נסיונות פון די גאס ברענט און פלאקערט, אבער א דאנק די עצה פון רבין קענען מיר עס בייקומען, ווייל דער רבי געבט אונז אן עצה אז אויך מיר זאלן קענען נוצן דעם תבלין קעגן יצר הרע וואס איז תורה. דער וואס לערנט נאר אויב ער קען פארשטיין, וועט ער עס צום סוף אפלאזן, ווייל א מענטש איז נישט קיין מאשין, נישט יעדן טאג האט ער א קאפ.
אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א געבעטן די גבאים פון די שולן פון היכל הקודש אז זייער זאך דארף זיין מחזק זיין געבן גוטע ווערטער פאר די מתפללים, זיי האבן שוין גענוג מוסר זאגערס, מען קומט אין שול ווייל מען וויל הערן אז דער אויבערשטער דארף דיר יא, דו האסט א וועג צום אויבערשטן.
דער ראש ישיבה האט פארציילט א מעשה וואס האט פאסירט אין שטאט אומאן, יעדע חסידות האט דארט געהאט א שטיבל, אסאך יארן צוריק האט דארט געוואוינט א איד משה צדוק ער איז געווען א יתום און ער איז ליידער געפאלן ביז ער איז געווארן א מסור, אלע זענען אנטלאפן פון אים מען האט אים נישט אריינגעלאזט אין קיין איין שול, אבער א איד בלייבט א איד, איין מאל אינעם טאג פון זיין טאטענ'ס יארצייט האט אים געכאפט א הרהור תשובה, און ער האט געזוכט א מנין צו זאגן קדיש, אבער ווי נאר ער איז אריין אינעם ערשטן שול איז מען אים באפאלן מיט קולות שייגעץ ארויס, אינעם צווייטן שול זענען אלע אנטלאפן פון אים, ביז ער האט באשלאסן צו פרובירן צו קומען צום ברסלב'ע קלויז, אפשר דארט וועט מען אים לאזן, ער האט זיך געשטעלט אין א ווינקל, און איין אינגערמאן האט אנגעהויבן צו קומען נענטער צו אים, משה צדוק האט שוין מורא באקומען אז אויך פון דא וועט מען אים פארטרייבן, אבער דער אינגערמאן האט אריינגעלייגט אין זיין ביזעם א סידור מיט א תפילין, און ער גייט צו צו אים "משה צדוק אז דו ביסט שוין יא דא, אפשר ווילסטו לייגן טלית און תפילין" און משה צדוק איז געווארן אזוי איבערגענומען אז ער האט זיך גענומען וויינען, און ער איז געווארן א פולקאמער בעל תשובה. "דאס" האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט "איז די אויפגאבע פון א גבאי אין היכל הקודש".
דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די בחורים וואס זענען מקורב אז זיי דארפן זיך צושטעלן צו אלע סדרי הישיבה דארט ווי זיי לערנען, און מען זאל נישט זיין קיין חכם, מען דארף נישט שרייען פאר יעדעם אז מען איז א ברסלבער, ווייל ברסלב איז בסך הכל עצות וואס דו ווייסט אין דיין מח, און בין הסדרים קען מען אריינכאפן גאר אסאך משניות און גמרא, אנשטאט זיך צו טענה'ן מיט מענטשן. ווייל ווער עס פאלגט דעם הייליגן רבין האט א זיסע לעבן.
ואהי להם למקדש מעט אלו בתי כנסיות ובתי מדרשות