הערליכע חתונה אין היכל הבית המדרש
יב חשון תשע"ח 📝
די פארגאנגענע וואך דאנערשטאג אין פארגעקומען א הערליכע חתונה אין היכל הישיבה, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן הערשי בן מו"ה עזרא בוים הי"ו, עב"ג בת מוה"ר משה קורץ שליט"א, גאב"ד יבנאל.
די שמחה איז געווען גאר גרויס; אויסער די גרויסע שמחת חתן וכלה, איז נאך גרעסער געווען די פרייד אז עס טרעפן זיך מחותנים וואס נוצן זייער געלט און שכל אויף די ריכטיגע וועג, און זוכן נישט אויסצוגעבן געלט אין די וועלט אריין, זיי ווילן נישט אריינצופאלן אין חובות אין אזא פרייליכע צייט, און זיי מאכן די חתונה אין בית המדרש, וואס דאס קאסט זיי גארנישט.
עס איז ב"ה געווען די חתונה זייער פרייליך, אזוי ווי ביי די פריערדיגע חתונה וואס איז געלונגען אויף אן אויסערגעווענליכן שיינעם פארנעם. די חתן און די כלה אינאיינעם מיט די מחותנים זענען אהיים פון די חתונה זייער פרייליך און צופרידן. עס פעלט פאר קיינעם גארנישט צוליב דעם וואס די חתונה איז פארגעקומען אין א שול און נישט אין א זאל, די איינציגסטע זאך וואס פעלט איז די גרויסע חובות וואס די מחותנים וואלטן זיך געקענט איינקויפן זייער גרינג מיט גרויס שפע.
די ערשטע חתונה וואס איז פארגעקומען אין ישיבה פאר די זומער, האט אויפגעשטורעמט דאס גאנצע יהדות החרדית. עס האט געעפנט די אויגן פון אידישע קינדער צו זען אז עס פעלט בכלל נישט אויס צו מאכן טייערע שמחות, עס פעלט נישט אויס אריינצופאלן אין טיפע שווערע חובות ביי יעדע שמחה פון א קינד, עס פעלט נישט אויס אז דאס הארץ זאל אנהויבן דרוקן אין די צייט וואס מען וויל צוגיין צו א פרייליכע שמחה.
ליידער זעט מען ווי מענטשן געבן אויס אזויפיל געלט אויף שמחות, און נאכדעם האבן זיי גארנישט פון דעם. ס'זענען דא מענטשן וואס טענה'ן אז זיי ווילן צושטעלן אסאך עסן ביי א שמחה ווייל זיי האבן פשוט ליב צו געבן צו עסן פאר אידישע קינדער... ווען דאס וואלט אבער געווען אמת וואלטן זיי אריינגערופן צו זייער לאקאלער גראסערי און אויסגעצאלט א חוב פון א איד וואס האט אים נישט מיט וואס איינצוקויפן עסן לכבוד שבת, עס איז נעבעך פארהאן פיל אידן וואס מוטשען זיך צו ברענגען ברויט אין שטוב טאג טעגליך, און זיי וועלן זיך זיכער פרייען ווען מען מ'וועט זיי ארויסהעלפן צו קענען האבן וואס צו עסן בשפע.
דא ביי די חתונה, איז אלעס געווען צוגעשטעלט אויפ'ן פשוט'סטן און ביליגסטן אופן, דאס עסן איז געליבן ביי די זייט און יעדער האט זיך אליין סערווירט אין פשוטע פלאסטישע עסצייג. איין זאך האט געפעלט: דאס וואס מען זעט אסאך ביי חתונות אז א סארווירער לאזט אראפ בטעות א טאץ מיט טעלערס אדער גלעזלעך, און דאס קול פון די צעבראכענע גלאז ווערט נאכגעפאלגט מיט קולות פון "מזל טוב" פון די צושויער...
אלס טייל פונעם פלאן אז די חתונה זאל זיין די גרינגסטע און די ביליגסטע, האט מען אנגעהויבן די חתונה גאנץ פרי. 5 אזייגער פונקטליך האט זיך אנגעהויבן די קבלת פנים, ווען מען האט אויך געמאכט דעם תנאים און טעלער ברעכן, דער חשובער מחותן ר' משה קורץ שליט"א האט גערעדט אפאר ווערטער ארויסברענגנדיג זיין גרויסע שמחה, אום 6 אזייגער איז פארגעקומען די חופה אויפ'ן גאס אין פארנט פון בית המדרש.
נאך די חופה איז דער עולם אריינגעגאנגען אין שול ווי בלויז די נאנטע קרובי המשפחה זענען געווען געלאדענט צו די סעודה; און אלע פעטערס, קאזינס, קרובים, און גוטע פריינד, זענען אריבערקומען צו די חתונה צו שמחת חתן וכלה און זיך מיט געפרייט מיט די שיינע שמחה, און משמח זיין די חתן כלה.
אויף די טישן איז געווען צוגעגרייט בילקעלעך און געפילטע פיש. ביי די זייט איז געווען צוגעשטעלט ווארימע מאכלים, פלייש, קוגל, און נאך. עס זענען נישט געווען קיין סערווירער, נאר יעדער האט אליין גענומען וואס אים האט געשמעקט. דער עולם האט זיך געוואשן און זיך געזעצט צו די סעודה, און יעדער האט גאר שטארק הנאה געהאט פון דעם געדאנק אז מען האט נישט אראפגעלייגט אויף יעדן פלאץ א טעלער, וואס פילע דערפון גייען געווענליך אין די מיסט, נאר יעדער האט געקענט אליין נעמען וואס זיין הארץ באגערט.
דער חתן איז אריינגעקומען אום 8 אזייגער צום טאנצן, הערליכע מוזיק האט געשפילט אויף די ספיקערס, רעקארדירונג פון היימישע זינגער אין שפילער. מען האט אפילו נישט געמאכט קיין "די דזשעי", אז איינער זאל דארפן שטיין און קאנטראלירן די ניגונים, עס האט בלויז געשפילט א רעקארדירונג פון אנדערע חתונות. דער עולם האט זיך געהויבן און געטאנצן מיט גרויס פרייד און משמח געווען דעם חתן פאר צוויי שעה.
אום צען אזייגער איז די כלה אריינגעקומען צום בענטשן, און דערנאך איז פארגעקומען די מצוה טאנץ. עס איז נישט געווען קיין גראמער, דער שמש האט געמאכט א שיינעם יעמוד; אויפרופנדיג בלויז די זיידעס און די מחותנים, און דערנאך די חתן כלה.
אום 10:45 איז די חתונה שוין געווען פארטיג, און דער עולם איז זיך צוגעגאנגען מיט די געשמאקע געפיל אז מען וועט קענען אנהויבן דעם קומענדיגן טאג נארמאלערהייט. אום 11:15 האט מען שוין אנגעהויבן אויפרוימען דעם שול, אז ס'זאל קענען זיין גרייט אויפ'ן מארגנדיגן טאג לתורה ולתפלה, אויפ'ן געווענליכן סדר.
עס האט זיך ארויסגעוויזן צום צווייטן מאל אז מען קען באווייזן צו מאכן א חתונה וואס זאל קאסטן ממש גארנישט. די זאל האט נישט געקאסט, די סעודה האט כמעט גארנישט געקאסט, קיין סערווירער איז נישט געווען, קיין זינגער און שפילער איז נישט געווען, קיין גראמער איז אויך נישט געווען, די בלומען פאר די כלה זענען נישט געווען קיין עכטע, און אזוי ווייטער אז אין סך הכל האט די חתונה נאכט געקאסט נישט מער ווי עטליכע הונדערט דאלער. און דער גרעסטער חידוש איז געווען אז עס איז געווען גאר א ספעציעלע שיינע פרייליכע חתונה; די מחותנים, די חתן כלה, און אלע באטייליגטע זענען געווען באמת פרייליך, מען האט געקענט טאנצן און זיך פרייען מיט א רואיגע געוויסן, וויסנדיג אז אונטער די שיינע חתונה האט זיך נישט געגאסן קיין אידיש בלוט.
די צווייטע חתונה אין שול האט געהאט א געוואלדיגער אפקלאנג ביים היימישן ציבור, און דאס וועט זיכער משפיע זיין אויך אויף אנדערע אידן צו וויסן אז מען קען חתונה מאכן פאר ביליג, און עס דארף נישט דרוקן אויפ'ן הארץ יעדע חתונה. דער זכות וועט זיכער ביישטיין פאר די חתן כלה און פאר די מחותנים אז זיי זאלן זען נאר אידיש נחת, עס זאל זיין א קשר של קיימא און בנין עדי עד, דורות ישרים ומבורכים, פרנסה בריווח, מיט אריכת ימים ושנים געזונטערהייט.
קול מצהלות חתנים מחופתם, ונערים ממשתה נגינתם!
א קליפ פון די חתונה
בילדער פון די חתונה