הערליכע חתונה אין היכל הישיבה
כח סיון תשע"ז 📝
די וואך דינסטאג איז פארגעקומען די חתונה פון א תלמיד הישיבה, החתן הערשי שניטצלער בן מו"ה משה ארי', עב"ג בת מו"ה אהרן וועבערמאן, אין היכל הישיבה אין וויליאמסבורג.
א גרויסער עולם איז זיך צוזאמגעקומען צו די חתונה. אויסער די קרובים און בני המשפחה, זענען נאך פילע אידן געקומען צו די חתונה, מיטצוהאלטן מיט די אייגענע אויגן אז אויב איז דא א ריכטיגע רצון קען מען באווייזן אויך דאס וואס זעט אויס אוממעגליך.
אלס טייל פונעם פלאן אז די חתונה זאל זיין די גרינגסטע און די ביליגסטע, האט מען אנגעהויבן די חתונה גאנץ פרי. 5 אזייגער פונקטליך האט זיך אנגעהויבן די קבלת פנים, ווען מען האט אויך געמאכט דעם תנאים און טעלער ברעכן. אום 6 אזייגער איז פארגעקומען די חופה אויפ'ן גאס אין פארענט פון בית המדרש. נאך די חופה איז דער עולם אריינגעגאנגען אין שול וואו עס איז שוין געווען צוגעגרייט אויף די טישן בילקעלעך און געפילטע פיש. ביי די זייט איז געווען צוגעשטעלט ווארימע מאכלים, פלייש, קוגל, און נאך. די סעודה איז געקאכט געווארן דורך די בני הקהלה, ווען יעדער האט געוואלט נעמען א חלק אין די שיינע חתונה. עס זענען נישט געווען קיין סערווירער, נאר יעדער האט אליין גענומען וואס אים האט געשמעקט. דער עולם האט זיך געוואשן און זיך געזעצט צו די סעודה, און יעדער האט גאר שטארק הנאה געהאט פון דעם געדאנק, סיי אז די סעודה האט גארנישט געקאסט, און סיי אז מען האט נישט אראפגעלייגט אויף יעדן פלאץ א טעלער, וואס פילע דערפון גייען געווענליך אין די מיסט, נאר יעדער האט געקענט אליין נעמען וואס זיין הארץ באגערט.
דער חתן איז אריינגעקומען אום 8 אזייגער צום טאנצן, הערליכע מוזיק האט געשפילט אויף די ספיקערס, רעקארדירונג פון היימישע זינגער אין שפילער. מען האט אפילו נישט געמאכט קיין "די דזשע", אז איינער זאל דארפן שטיין און קאנטראלירן די ניגונים, עס האט בלויז געשפילט א רעקארדירונג פון אנדערע חתונות. דער עולם האט זיך געהויבן און געטאנצן מיט גרויס פרייד און משמח געווען דעם חתן פאר צוויי שעה.
אום צען אזייגער איז די כלה אריינגעקומען צום בענטשן, און דערנאך איז פארגעקומען די מצוה טאנץ. עס איז נישט געווען קיין גראמער, דער שמש האט געמאכט א שיינעם יעמוד; אויפרופנדיג בלויז די זיידעס און די מחותנים, און דערנאך די חתן כלה.
אום 11:20 איז די חתונה שוין געווען פארטיג, און דער עולם איז זיך צוגעגאנגען מיט די געשמאקע געפיל אז מען וועט קענען אנהויבן דעם קומענדיגן טאג נארמאלערהייט. אום 11:30 האט מען שוין אנגעהויבן אויפרוימען דעם שול, אז ס'זאל קענען זיין גרייט אויפ'ן מארגנדיגן טאג לתורה ולתפלה, אויפ'ן געווענליכן סדר.
עס האט זיך ארויסגעוויזן אז מען קען באווייזן צו מאכן א חתונה וואס זאל קאסטן ממש גארנישט. די זאל האט נישט געקאסט, די סעודה האט כמעט גארנישט געקאסט, קיין סערווירער איז נישט געווען, קיין זינגער און שפילער איז נישט געווען, קיין גראמער איז אויך נישט געווען, די בלומען פאר די כלה זענען נישט געווען קיין עכטע, און אזוי ווייטער אז אין סך הכל האט די חתונה נאכט געקאסט נישט מער ווי עטליכע הונדערט דאלער. און דער גרעסטער חידוש איז געווען אז עס איז געווען גאר א ספעציעלע שיינע פרייליכע חתונה; די מחותנים, די חתן כלה, און אלע באטייליגטע זענען געווען באמת פרייליך, מען האט געקענט טאנצן און זיך פרייען מיט א רואיגע געוויסן, וויסנדיג אז אונטער די שיינע חתונה האט זיך נישט געגאסן קיין אידיש בלוט.
די חתונה האט געהאט א געוואלדיגער אפקלאנג ביים היימישן ציבור, עס איז געווארן דער געשפרעך פון טאג אין די גאנצע אידישע וועלט, יעדער קוקט ארויף די חשובע מחותנים און די חתן כלה וועלכע האבן אהערגעשטעלט אזא דורכברוך פון א חתונה, און דאס וועט זיכער משפיע זיין אויך אויף אנדערע אידן צו וויסן אז מען קען חתונה מאכן פאר ביליג, און עס דארף נישט דרוקן אויפ'ן הארץ יעדע חתונה. דער זכות וועט זיכער ביישטיין פאר די חתן כלה און פאר די מחותנים אז זיי זאלן זען נאר אידיש נחת, עס זאל זיין א קשר של קיימא און בנין עדי עד, דורות ישרים ומבורכים, פרנסה בריווח, מיט אריכת ימים ושנים געזונטערהייט.
קול מצהלות חתנים מחופתם, ונערים ממשתה נגינתם!